בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - עס איז דא אסאך זאכן מיט וואס דו קענסט משמש זיין דעם רבי'ן
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט שוין אנהויבן מיט די מצה בעקעריי, לייג ארויס א מודעה ווער עס וויל קומען ארבעטן.


אז דו ווילסט טון נאך פארן רבי'ן - זאלסטו איבערנעמען פון די אינגעלייט אין אומאן א חלק פון זייער ארבעט. די צוויי אינגעלייט האבן אנגעהויבן העלפן אונזער חבורה, חבורת היכל הקודש - ווען עס איז געווען אונטער הונדערט מענטשן, די יאר וועלן זיין איבער זעקס הונדערט מענטשן, דארף מען ארייננעמען נאך אינגעלייט אינעם בילד; וואס ווילן נעמען אויף זיך די אחריות פון משמש זיין ביים רבי'ן.


אויך קענסטו פרעגן אין די מוסד וואס דו קענסט העלפן, עס איז דא אסאך ארבעט, איך וויל נישט אויפנעמען באצאלטע ארבעטער, איך קען נישט מאכן נאך חובות, קענסט העלפן מיט דרייווען די קינדער צום חדר.


אויך זאלסטו רעדן צו מרדכי אהרן נרו יאיר, פרעג אים וואס דו קענסט העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - די ערליכקייט און ריינקייט פון די ברסלב'ע מצה בעקעריי
אמונה, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ז' אדר, די הילולא פון משה רבינו עליו השלום; דארפסטו זיך זייער מחזק זיין מיט אמונה, קוק ארויף צום אייבערשטן, משה רבינו זאגט אונז: "לאמיר נישט ווערן צעבראכן פון עמלק, לאמיר נישט ווערן פארלוירן און מיואש"; ביי די מלחמה פון עמלק שטייט (שמות יז, יא) ווען משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט אין די הייעך האבן די אידן מנצח געווען, פרעגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ראש השנה כט:): "וְכִי יָדָיו שֶׁל משֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה", צי טוט דען משה רבינו'ס הענט מאכן מען זאל מנצח זיין אדער פארלירן? "אֶלָּא כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִים כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְגַּבְּרִים; וְאִם לָאו, הָיוּ נוֹפְלִין", נאר וואס דען, משה רבינו איז געזיצן און געוויזן מיט זיינע הענט אויף ארויף, ער האט געזאגט פאר די אידן: "קוקט ארויף צום אייבערשטן, האטס נישט מורא פון עמלק".


היינט הויבט מען אן ספר ויקרא, עס הויבט זיך אן א נייע פרשה, א נייע ספר, הויב אן היינט לערנען שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י הקדוש. ויקרא האט א קליינע אלף, דאס לערנט אונז, אויב מען לעבט מיטן אייבערשטן, מען האלט זיך נישט גרויס, מען ווייסט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן - איז מען זוכה צו א קריאה של חיבה, מען איז זוכה צו שפירן דעם אייבערשטן.


געלויבט דעם אייבערשטן עס איז דא די יאר מצות געבאקן דורך אנשי שלומינו, די ברסלב'ע בעקעריי איז אפן. איך בין געווען דאנערשטאג באזוכן, איך בין ארויס פון התפעלות פון די ערליכקייט און ריינקייט וואס דארט איז דא, עס איז אויך זייער גוט אין טעם, עס איז גאר אנדערש ווען אלע וואס ארבעטן ביי די מצות רעדן צום אייבערשטן און רעדן נאר איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - נישט עפענען מצה בעקעריי, צו קענען צאלן די מלמדים
מוסדות, שטעטל, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער נחמן נתן נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך בין זייער צופרידן פון דיין ארבעט, איך באקום אויסנאם גריסן פון די טאטעס און פון מרדכי מנהל.


דו ווייסט ווי שטארק איך מוטשע זיך צו קענען אויפהאלטן די מוסד, איך עפן נישט די מצה בעקעריי די יאר נאר אז די מלמדים זאלן באקומען זייער געהאלט. אין א צווייטע פלאץ וואלט אזוינס נישט פאסירט, עס איז א בושה אז זאכן ארבעטן זיך נישט אויס, מיר אינטערעסירט נישט וואס דער זאגט, וואס יענער זאגט, איך בעט דעם אייבערשטן צו טון וואס איז ריכטיג; אז די מצה בעקעריי איז א לאך פאר די מוסד - וועל איך די יאר עסן מצות פון אנדערע קהילות און ענדערש באצאלן אין צייט די מלמדים.


מיר האלטן אינמיטן בויען א שיינע שול אין שטעטל פאר א מנינים צענטער, איך האב דאס געלייגט אין די זייט נאר אז מען זאל קענען באצאלן די מלמדים צייטליך, ווייל דאס איז ריכטיג און דאס איז וויכטיג.


יעצט האבן מיר געמאכט אז מען געבט די מלמדים צעטלעך 'מן', מיר מאכן דאס ווייל מיר ווילן העלפן די מלמדים זאלן קענען לעבן. איך האף עס וועט זיך אויסארבעטן, און אז עס וועט זיין צו שווער - וועלן מיר אויסארבעטן בעסערע וועגן, אלעס נאר כדאי די מלמדים זאלן קענען לעבן וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - אוועקגעגאנגען פון מצה בעקעריי וואו מען רעדט ניבול פה רחמנא ליצלן
פרנסה, מצה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט אוועק געגאנגען פון די ארבעט צוליב דעם וואס מען רעדט ניבול פה רחמנא לצלן, געוואלד און געשריגן, מען באקט די הייליגע מצה און מען רעדט ניבול פה ביים וועלגערן, רעדלען די הייליגע מצה. א וואונדער אז קיינער זאגט נישט גארנישט, מען פארקויפט די מצות אלס "מצה שמורה". דער הייליגער רבי זאגט: "מצה שמורה איז שמירת הברית, שמירת המח", דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) חמץ איז: "קּוֹל פָּגוּם, חָכְמָה פְּגוּמָה", רעדן און טראכטן שמוציג, און מצה איז: "קוֹל טוֹב, חָכְמָה טוֹבָה".


האב נישט קיין דאגות, זארג נישט, וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה און א ריינע פרנסה.


יעצט אז דו פארציילסט מיר וואס גייט פאר ביי די מצה בעקעריי, ווי מען רעדט ביי די הייליגע מצות ניבול פה, וויל איך אזוי שטארק האבן די ברסלב'ע מצה בעקעריי, וואו מען רעדט נאר פון אמונה, און מעשיות פון תפילה, און מען איז זיך מתבודד.

#5 - א שליסל אויף די חלות, די שליסל פון פרנסה ליגט ביים אייבערשטן
חינוך הילדים, אמונה, סגולות, זיכוי הרבים, תהלים, שטעטל, פרנסה, ראש ישיבה, פסח, מצה, שבת טיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך עס איז אריבער אזא שיינער יום טוב, מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה; "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה, "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", אן עסן פון רפואה; זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו אמונה, און ווערן אויסגעהיילט.


די וואך שבת איז דער מנהג אז מען מאכט א שליסל אויף די חלות, צו ווייזן אז די שליסל פון פרנסה ליגט ביים אייבערשטן. עס העלפט נישט נאכלויפן די געלט, עס העלפט נישט טון פארדרייטע זאכן; די שליסל פון פרנסה ליגט ביים אייבערשטן, און אז מען וויל פרנסה - דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


נעם דעם תהילים און בעט דעם אייבערשטן - וועסטו האבן גרויס שפע. עס איז דא א ווארט פון רבי'ן: "מענטשן, ווען זיי זעען אז עס וועט זיי שוין נישט העלפן גארנישט - דעמאלט נעמען זיי דעם תהילים און זאגן תהילים, איך זאג 'מען דארף צום ערשט נעמען דעם תהילים און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן און נאכדעם טון וואס מען האט צו טון'".


ביי די סעודה זאלסטו שמועסן מיט דיינע קינדער, ווייז זיי דעם שליסל און זאג זיי: "עס איז א שאד נאכצולויפן געלט, מען דארף לויפן צום אייבערשטן, אזוי האט מען אלעס", די דיבורים דארף מען שטענדיג רעדן, נישט נאר זיך צו טרייסטן. מוהרא"ש זאגט בשם דעם צדיק רבי אברהם דוב פון חמעלניק זכותו יגן עלינו: "אלע רעדן פון אמונה, מען זאגט 'דער אייבערשטער פירט די וועלט', 'אלעס איז לטובה' - נאר נאכדעם וואס מען האט אלעס פרובירט און עס האט נישט געהאלפן, דעמאלט זאגט מען דאס אלעס זיך צו טרייסטן, איך זאג, מען דארף ארייננעמען אין אנהויב; איידער מען טוט, איידער מען מאכט, זאל מען וויסן 'דער אייבערשטער מאכט אלעס און טוט אלעס, ער איז אלעס, קיינער קען גארנישט טון קיינער קען גארנישט מאכן, ער איז אלעס און טוט אלעס'".


וואויל איז דעם וואס לעבט מיט אמונה, ער חזר'ט אמונה און רעדט מיט יעדן איינעם דיבורי אמונה - וועט ער זיין געבענטשט, אזוי ווי עס שטייט (משלי כח, כ): "אִישׁ אֱמוּנוֹת, רַב בְּרָכוֹת".


איך בין געבליבן אין שטעטל, עס איז זייער איינגענעם דא מיט אנשי שלומינו, די אחדות און די תמימות איז אין לשער.


א פרייליכן שבת.


 

#4 - קויפט זיך די פשוט'סטע טעלעפאן, וועט איר האבן ערליכע קינדער
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, טעלעפאן, נחת, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


אז אייער טעלעפאן האט זיך צעבראכן און איר ווילט וויסן וואס פאר א טעלעפאן איר זאלט זיך קויפן; קויפט זיך די פשוט'סטע טעלעפאן וואס האט גארנישט אויף דעם, נאר רעדן; אזוי וועט איר זיך נישט רייסן די האר פון קאפ פון אייערע קינדער, איר וועט האבן ערליכע קינדער.


אויך זאלט איר זיך זייער שטארקן. זייט פרייליך, לאזט נישט אריין די מחשבות פון חמץ, פון זיך אראפקלאפן. יעצט רוימט מען אויס די חמץ, זאלט איר ארויסטרייבן די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אייך צו זיך קלאפן; געדענקט, איר זענט באליבט ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אייך.


ווען איר עסט די מצה זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אידישקייט, איר זאלט ליב האבן אז אייער מאן האט א בארד מיט פיאות, איר זאלט ליב האבן ציצית, איר זאלט ליב האבן איידעלע קליידער און זיך פארעקלען פון אויסגעשניטענע, קורצע און טייטע קליידער; ווען מען עסט די מצה קען מען דאס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#3 - צו זיין אפגעהיטן פון א משהו חמץ, דארף מען בעטן דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, אמונה, סיפורי צדיקים, מנהגים, ראש ישיבה, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געדענק, אז מען וויל זיין אפגעהיטן פון א משהו חמץ - דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, אז מען זאל נישט עסן קיין חמץ, און אויב מען רעדט זיך איין אז מען קען אליינס אכטונג געבן - קען מען חס ושלום נכשל ווערן. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט די מעשה פון רבי דוד ממיקולייב זכרונו לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב, ער האט עס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביי די גרעניץ, און דער וועכטער האט געעפנט די וויין און עס מטמא געווען, ער האט עס געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווארן אויסער זיך, ער איז געווארן זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, ער האט געפרעגט זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן.


עס זענען דא וואס פירן זיך איבער צו קוקן אלע מצות ערב פסח, בודק זיין אויב עס איז דא כפילות; איך פארלאז זיך אויף די הכשר פונעם מצה בעקעריי. איך קוק נישט דורך די מצות ערב פסח, און אויב מיר טרעפן אין די מצה א כפילה - ברעכט מען עס אראפ און מען עסט דאס נישט.


איך בין שוין אין שטעטל, איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף דא זיין אויף פסח. מיר האבן געהאט א שיינע שבת מיט אנשי שלומינו, ממש טעם גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#2 - אלע ארבייטער אין מצה בעקערי שעפשן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט פארמיטאג בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל באקן מצות, עס איז גאר אנדערש מצות וואס ווערן געבאקן דורך אנשי שלומינו; פונעם קנעטער, פונעם וואסער גיסער, ביזן שיבער, ביזן פאקער - אלע רעדן צום אייבערשטן, אלע ליפן שעפשען תפילות און לויב און דאנק ווערטער צום הייליגן באשעפער.


אמאל ערב פסח ווען דער הייליגער צדיק דער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו האט געבאקן ערב פסח מצות האט ער זייער געקאכט, און געזאגט: "מיר גלייבן באמונה שלימה אז מיר וועלן נאך זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח מיט משיח צדקינו אין ירושלים", האט א איד זיך אנגערופן און געפרעגט: "רבי, אויפ'ן זייגער שטימט עס נישט; יעצט איז שוין אין ירושלים פסח ביינאכט, ווי איז מעגליך אז מיר זאלן נאך קענען זיין אין ירושלים, עס נעמט דאך צייט דאס פארן, זיך מטהר זיין, און ווי נעמט מען דעם קרבן פסח וכו'", האט דער הייליגע מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו געזאגט: "אז ביי דיר שטימט עס נישט - וועסטו דא בלייבן, און די אלע וואס גלייבן - וועלן נאך זוכה זיין צו זיין אין ירושלים און עסן דעם קרבן פסח".


ביים באקן די מצות האב איך געבעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ניצול צו ווערן פון א משהו חמץ אום פסח, און נאך זוכה זיין די יאר צו עסן "מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים" (פסחים קטז:); און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#1 - וועלכע יוצרות זאגט מען אום יום טוב
מנהגים, פסח, יום טוב, יוצרות, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר זאגן נישט די יוצרות פון פאר שמונה עשרה. מיר זאגן די יוצרות פון חזרת הש"ץ; אויך נישט אלע, די לעצטע שטיקל פאר קדושה, די לאנגע פיוט - דאס זאגן מיר נישט.


צו תפילת טל טוט דער שליח ציבור אן א ווייסע קיטל, מען זאגט נאר די ערשטע צוויי שטיקלעך פיוט "בדעתו" און דער פיוט "תהומות", און מען לאזט אויס אלעס ביז די איין שטיקל פאר מכלכל חיים בחסד, דער פיוט "טל תן לרצות ארצך" - דאס זינגען מיר מיט א ווארעמע הארציגע ניגון.


בנוגע מאשין מצות; מיר זענען זייער מקפיד אויף דעם דאס נישט צו עסן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.