בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - העלפן עלטערן, אפילו אויפ'ן חשבון פון אייגענעם לעבן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל מאנרא


איך האב ערהאלטן ענקער לאנגע בריוו.


איך בעט דיר זייער, האלט נישט צוריק דיין ווייב פון גיין העלפן אירע עלטערע עלטערן, אפילו עס גייט אויפן חשבון פון ענקער לעבן; ווייל די מצוה פון העלפן עלטערן איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, מכבד זיין עלטערן איז פון די גרעסטע מצוות וואס מיר האבן.


זיי מחזק זיין ווייב זי זאל גיין העלפן איר אלטע טאטע און מאמע, איך בין זיכער אז עס וועט ענק גארנישט פעלן, ענק וועלן גארנישט דערלייגן, ענק וועלן געבענטשט ווערן פונעם אייבערשטן מיט נחת ביי ענקערע קינדער, און מיט אריכות ימים ושנים, מיט געזונט און פרייד.


ווי לאנג מיינסטו האט מען בכלל אין לעבן א געלעגנהייט צו טון די מצוה? עס לוינט זיך יעדע מינוט וואס מען קען העלפן עלטערן, און ספעציעל עלטערע עלטערן. שפעטער קען מען שוין נישט טון די מצוה, הייבט מען זיך אן צו בענקען, מען באוויינט די טעג און יארן וואס מען האט זיי נישט באדינט.


אויך דו זאלסט העלפן דיין טאטע, גיי אריבער, זיי וואס דו קענסט אים העלפן.