בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת אחרי-קדושים, ד' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
ווען איך רעד צו אינגעלייט פון גיין הפצה, איך זאג זיי וויפיל געלט מען פארדינט פון הפצה – נעמען זיי דאס אן האלב-וועגס, אבער אז דו וועסט דערציילן דיין געשיכטע, אז דו האסט פארלוירן דיין פרנסה יעצט ביי קאראנע און דו האסט זיך נישט געפוילט, דו גייסט הפצה ביי די הייזער און ווי שיין דו ביסט מצליח, דו פארדינסט מער געלט אין האלב די צייט – וועלן זיי דאס אננעמען.
א רחמנות אויף מענטשן וואס ארבעטן פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט און קענען זיך נישט מפרנס זיין בשעת דער וואס גייט הפצה מאכט אין האלב די צייט מער געלט און מען איז נישט קיין קנעכט פאר קיינעם. מען איז א מזכה את הרבים און א מציל נפשות מישראל, מען איז עוסק אין תיקון העולם.
זעט אויס אז צו זיין א תם איז זייער א שווערע זאך, אזוי ווי דער תם האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה ט' – מחכם ותם): "איך זע אז צו קומען צו מיין תמימות איז שווערער ווי צו זיין א חכם".