בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר
איך האף דו שפירסט זיך שוין בעסער; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א רפואה שלימה, און האבן כח ווייטער עוסק זיין אין פארשפרייטן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.
איך שיק דיר די הקדמה פארן ספר שפתי תפתח און איך האף דיר שוין צו שיקן די איבעריגע חלק פון די צווייטע תורה.
הקדמה:
דוד המלך בעט דעם אייבערשטן (תהלים נא, יז): "ה' שְׂפָתַי תִּפְתָּח" הייליגער באשעפער, עפן מיר מיין מויל, "וּפִי יַגִּיד תְּהִלָּתֶךָ" איך זאל דיך קענען דאנקען און לויבן. ווייל צוליב דעם האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, מיר זאלן וויסן און אנערקענען אז ער האט אלעס באשאפן, ער פירט אלעס און אים דאנקען און לויבן. דאס איז וואס דער הייליגער רבי געבט אונז; ער לייגט אריין אין אונז א קלארע, לויטערע, ריינע אמונה, מען הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', און ווען מען איז זוכה דאס צו שפירן - עפנט זיך די מויל און מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן.
דער פירוש "שפתי תפתח" איז א גרינגע לייכטע פירוש אויפ'ן הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן. דער פירוש איז געבויט אויף די הייליגע ספרים פונעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: שפת הנחל, דרשות מוהרא"ש און ספר אשר בנחל; איבערגעטייטשט און געגעבן צו פארשטיין אויף א גרינגע וועג פאר די בני הנעורים, אז די היינטיגע מוחות זאלן אויך האבן א טעם און א געפיל אינעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן. זיי זאלן אויך קענען זוכה זיין צו וואס דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה דורכ'ן לערנען זיין ספר לקוטי מוהר"ן, און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים אויפשטאפן אלע פארשטאפטע אדערן.
איך האב א נאמען געגעבן דעם ספר "שפתי תפתח", ווייל דער הייליגער ספר לקוטי מוהר"ן עפנט אויף די מויל צו רעדן צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תרומות א, ג): "סְתָם חֶרֶשׁ - שֶׁאֵינוֹ שׁוֹמֵעַ וְאֵינוֹ מְדַבֵּר", טייטשט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ס) פארוואס רעדט א מענטש נישט צום אייבערשטן? ווייל ער איז 'אינו שומע' בקול צדיקים, אז מען הערט נישט די ווערטער פון צדיקים - איז מען אן 'אינו מדבר', רעדט מען נישט צום באשעפער. אבער אז מען הערט זיך צו צום קול פון צדיק, מען לערנט דעם רבינ'ס ספר לקוטי מוהר"ן - ווערט "שפתי תפתח", די ליפן עפענען זיך, מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן.
אויך אין די ווארט 'שפתי' איז דא די ווארט 'שפת' ווייל דאס איז געבויט אויפן הייליגן ספר "שפת הנחל" און אינעם אות יו"ד איז מרומז מיין נאמען.
דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל קענען תשובה טון און פאררעכטן אלעס וואס איך דארף מתקן זיין; מיין נפש, רוח ונשמה. איך זאל זיך נישט דארפן שעמען פון די הייליגע צדיקים, און מיר זאלן אלע שוין זוכה זיין צו די גאולה, ווען עס וועט זיין וּ'מֶלֶךְ אֶ'חָד יִ'הְיֶה לְ'כֻלָּם (יחזקאל לז, כב).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.