בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט התבודדות ווערט אלעס גרינגער
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך צו זען דיין נאמען ביי די רשימה פון די נעמען וואס העלפן חודש'ליך די ישיבה.


איך האף אז דו שטארקסט זיך מיט אמונה און דו פירסט זיך מיט די הנהגה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, די הנהגה פון התבודדות; מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער מאמע לשון כדבר איש אל רעהו, ווייל ווי נאר א מענטש הייבט זיך אן צו פירן מיט די הנהגה ווערט אים אלעס גרינגער, מען הייבט אן שפירן די זיסע געשמאקקייט פון חיות אלקותו יתברך.


איך בענק זיך נאך דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר; שרייב מיר אפאר ווערטער וועסטו מיר מחי' זיין.


פון דיין ראש ישיבה.