בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
טייערער ברודער, הארציגער חבר, אין די צייטן פונעם בית המקדש, ווען מען האט געהאט א ספק ווי אזוי זיך צו פירן - איז מען געגאנגען צום כהן גדול, מען האט געפרעגט די פראגע און עס האט אנגעהויבן שיינען די אותיות פונעם חושן, אזוי האט מען געוואוסט ווי אזוי זיך צו פירן. היינטיגע טעג ווען מיר האבן נישט קיין אורים ותומים, וואס זאל מען טון ווען מען ווייסט נישט ווי זיך צו פירן? וועם זאל מען פרעגן? מוהרא"ש זאגט, התבודדות ותפילה איז היינט די אורים ותומים.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ" אין די היינטיגע טעג, "שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ" וואס מיר האבן נישט קיין קעניג, "וְלֹא נָבִיא" און מיר האבן נישט קיין נביא, "לֹא כֹהֵן" מיר האבן נישט קיין כהן, "וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים" און נישט קיין אורים ותומים, "וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד" מיר האבן נאר תפילה, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", אויף אונז בעט דוד המלך, רבונו של עולם נעם אן די תפילות פון אידישע קינדער.
דעריבער בעט איך דיר זייער מיין ליבער ברודער, גיי אין א שטילע פלאץ און בעט דעם אייבערשטן; רעד צו אים, שמועס אויס דיינע ספיקות - וועסטו באקומען א קלארקייט אין יעדע זאך, דו וועסט וויסן ווי זיך צו פירן, און עצות אויף יעדע פרט.
היינט נאכט וועט זיין דער וועכנטליכער ליל שישי שיעור, קום זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.