בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואלט איר געגאנגען מיט די קלייד קעגן משיח צדקינו?
צניעות, משיח

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


גייט נישט אנגעטון אויסגעפאסט (טייט), עס איז זייער נישט שיין, עס מאכט ברעכן, גועל נפש; א אידיש קינד דארף גיין שיין אנגעטון, אזוי ווי עס פאסט פאר א טאכטער פון א קעניג. מיר זענען נישט קיין חיות פון וואלד, מיר זענען אידן, מיר זענען אויסדערוועלט צו זיין דעם אייבערשטנ'ס קינדער.


יעצט אין די חדשים ווען איר ווארט א שמחה איז זיכער אז מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען טוט זיך אן, צו גיין שיין און איידל; וועט דאס האבן א השפעה אויפן קינד, אויף ליכטיגע ערליכע אידישע דורות.


איידער איר קויפט א קלייד זאלט איר טראכטן 'וואס טו איך ווען איך הער די שופר פון משיח און איך דארף יעצט גיין אנטקעגן משיח צדקינו, וואלט איך געגאנגען מיט די קלייד? וואלט איך געגאנגען מיט די דינע שטרומפ?'


איידער איר טוט זיך אן א קלייד טראכטס 'ווי אזוי וועל איך זיך שפירן צו זיצן אויבן אין גן עדן מיט אזא קלייד, וואלט איך געוואלט זיצן אין גן עדן נעבן די צדיקים און צדקניות מיט אזא אויסגעפאסטע קלייד? וואלט איך געזיצן אין גן עדן נעבן די צדיקים מיט דינע שטרומפ וכו' וכו'?'


עס איז דא א בריוו וואס ווען איך ליין דעם בריוו וויין איך, מוהרא"ש שרייבט פאר די תלמידות אין יבנאל ווען ער האט זיך דערוויסט אז די רעבעצין זיינע ליידט פון די ביטערע קרענק, מוהרא"ש שרייבט, אפשר קומט מיר דאס פאר א שטראף אז איך האב נישט גענוג גערעדט צו מיינע תלמידות פון צניעות; איך ווער אזוי איבערגענומען פון דעם בריוו, איך טראכט 'רבונו של עולם, ווער נאך האט גערעדט אזויפיל צו אידישע קינדער פון זיין איידל און ערליך ווי מוהרא"ש, און ועל כולם זאגט מוהרא"ש אז ער נעמט עס אויף זיך פארן נישט רעדן גענוג.


נאך א בריוו איז דא פון מוהרא"ש אין די טאג פון זיין פטירה, די בריוו מאכט אויך וויינען, מוהרא"ש שרייבט:


שָׁלוֹם רַב צוּ אַלֶע טֵייעֶרֶע פְרוֹיעֶן פוּן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ


אִיךְ גֵיי שׁוֹין אַוֶועק פוּן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ פָארְנֶעמֶען זִיךְ צוּ שְׁטַארְקְן אִין צְנִיעוּת.


קוּקְט וואוּ אַ מֶענְטְשׁ קוּמְט אָן צוּם סוֹף, אוּן נֶעמְט אַייךְ פָאר צוּ זַיין צְנִיעוּת'דִיג, אוּן מִיט דֶעם וֶועט אִיר מַאכְן אַ גְרוֹיסְן נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן פַאר מִיר.


דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וָואס הָאט מִיר גֶעהִיטְן מַיין גַאנְץ לֶעבְּן פוּן דִי אַלֶע וֶועלְכֶע הָאבְּן מִיר גֶעוָואלְט שְׁלֶעכְטְס טוּן, זָאל אַייךְ אוֹיךְ אָפְּהִיטְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס.


אִיךְ בֶּעט אַייךְ אַז אִיר זָאלְט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אִין יַבְנְאֵל, אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם, אוּן וָואס אִיר וֶועט בֶּעטְן בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועט אִיר בַּאקוּמֶען פוּן הִימְל.


אִיךְ וואוּנְטְשׁ אַייךְ בְּרָכָה אוּן הַצְלָחָה


*


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.