בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס האט א איד צו טון אויף די וועלט?
עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך נאך דיר, איך האף אז דו גייסט אן מיט דיין עבודת השם, מיט דיין לערנען און דאווענען.


עס איז דא א דיבור פון רבי'ן: "וואס האט א איד צו טון אויף די וועלט? נאר דאווענען און לערנען און דאווענען"; גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין און דיקא מיט א סידור, נישט אויסלאזן פון דאס דאווענען און נישט רעדן ביים דאווענען, און זיך קובע זיין שיעורים בכל חלקי התורה, מקרא, משנה, גמרא, מדרש וספרי רבינו כסדרן.


זומער וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין אין שטעטל, וועלן מיר קענען מער האבן א פערזענליכע קשר.