בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס איז די גרעסטע זאך פאר א אידישע פרוי?
חיזוק פאר פרויען, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די הודעה.


איר פרעגט וואס איז די גרעסטע זאך ביי פרויען; איינמאל הערט איר אז זיין א מאמע און א ווייב איז די העכסטע זאך, איינמאל הערט איר אז זאגן תהילים איז די העכסטע זאך, און אמאל הערט איר אז זיין גאר א טיטשער איז די העכסטע זאך; איר זענט צעמישט, איר ווילט וויסן וואס איז טאקע די העכסטע זאך פאר פרויען.


די גרעסטע זאך פאר א אידישע פרוי איז זיין א מאמע פאר די קינדער, און א ווייב פארן מאן; נישטא גרעסער'ס פון דעם, נישטא העכער'ס פון דעם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן", אויף וואס באקומען פרויען שכר? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא", מיט דעם וואס זיי ציען אויף די קינדער צו לערנען תורה, זיי שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה, "וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ דעם מאן ווען ער קומט אהיים פון לערנען, דאס וועט זיי היטן און אויף דעם וועלן זיי האבן שכר.


מיט דעם אליין דארף זיך א פרוי מחי' זיין, אז דער אייבערשטער האט איר אויסדערוועלט צו אויפשטעלן אידישע דורות, אנטון קינדער, אפוואשן קינדער, מאכן וועש פאר די שטוב, קאכן עסן פאר די שטוב, דאס איז רצון השם, און אז מען האט אפאר איבריגע מינוט קען מען זאגן תהילים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רעא): "הֲלֹא הַחֶנְוָנִי דַּרְכּוֹ לְהַקִּיף בְּהַקָּפָה, שֶׁיִּתְּנוּ לוֹ לְאַחַר זְמַן", דער געשעפט לאזט דאך אויך נעמען אויף בארג און ער איז גרייט מען זאל אים שפעטער באצאלן, "וּמַדּוּעַ לֹא יֹאמַר הָאָדָם אֵיזֶה קַפִּיטְלִיךְ תְּהִלִּים אוֹ לִלְמֹד אוֹ לַעֲשׂוֹת שְׁאָר מִצְווֹת", איז פארוואס זאל מען נישט זאגן אפאר קאפיטלעך תהילים אדער לערנען און טון מצוות – "וְיִהְיֶה מֻנָּח וּמוּכָן אֶצְלוֹ לְעֵת הַצֹּרֶךְ", עס זאל זיין אנגעגרייט פאר ווען מען וועט עס דארפן ניצן? "כִּי יִהְיֶה זְמַן שֶׁיִּצְטָרֵךְ לָזֶה, שֶׁיִּגְבֶּה שְׂכָרוֹ וּפְעֻלָּתוֹ", ווייל עס וועט קומען א צייט וואס מען וועט עס דארפן האבן.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט זיין א טיטשער, לערנען מיט קינדער; ווייל אויב מען האט די כוחות, די שכל און הארץ - צו לערנען מיט אידישע טעכטער דאס שיינקייט פון אידישקייט - איז נישטא גרעסערס פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.