בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
א שאד דיין ווייב מיינט איך רעד פון איר ביי די שיעורים. איך האב אלע מאל דעם פראבלעם; די וואס זענען וואויל, געזונט און ערליך - די מיינען אז מען מיינט זיי, די קומען אהיים פון די שיעורים צעבראכן, פול מיט בלבולים, און די וועם מען מיינט טאקע - די הערן נישט, כאפן נישט און נעמען נישט אן וואס מען רעדט צו זיי.
איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב געהאט ביי מוהרא"ש יארן צוריק, עס איז געווען ווען איך בין מקורב געווארן, די ערשטע יארן פון מיין התקרבות, דעמאלט האט מוהרא"ש נישט געקענט פארן קיין ארץ ישראל, מען האט גע'מסר'ט מוהרא"ש, מורא"ש'ס ... האט אים פאר'מסר'ט רחמנא לצלן, און די מדינה של גיהנום, די ערב רב - האבן געוואלט געבן פאר מוהרא"ש זעכצן יאר תפיסה. די דריי יאר פלעגט מוהרא"ש רעדן כמעט ביי יעדן שיעור פון כיבוד אב ואם, מוהרא"ש פלעגט איבער חזר'ן די מעשה מיט אבשלום און דוד המלך, אז ער האט געוואלט הרג'ענען זיין אייגענע טאטע. מוהרא"ש פלעגט רעדן וואס דוד המלך האט אלץ געליטן: "ווי קען זיין א זון זאל אויפשטיין קעגן א אייגענע טאטע, אים וועלן הרג'נען?!" מוהרא"ש האט גערעדט פון זיין פרשה פון זיין ...
דעמאלט איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות פון מיין משפחה, איך פלעג זיצן ביי די שיעורים און ווערן אזוי צעבראכן, איך האב זיך געשפירט אזוי שולדיג, איך האב פארשטאנען פון יעדע שיעור אז מוהרא"ש מיינט מיר, ביז איין מאל נאכן שיעור, איך האב געשפירט אז איך קען נישט מער נעמען די בלבולים האב איך געפרעגט מוהרא"ש: "וואס זאל איך טון? זאל איך מער נישט קומען קיין ברסלב? זאל איך מער נישט פארן קיין אומאן? די גאנצע שיעור האט מוהרא"ש געמיינט מיר", זאגט מיר מוהרא"ש: "איך האב א פראבלעם, ווען איך געב א שיעור איז אלץ דא אומשולדיגע אינגעלייט וואס ווערן צעבראכן, זיי מיינען אז איך רעד צו זיי, און די אינגעלייט וועם איך מיין, זיי טראכטן נישט אז מען מיינט זיי; איך האב דא אינגעלייט וואס שלאגן זייער טאטע מאמע, איך מוז רעדן צו זיי (איך האב דעמאלט גארנישט געוויסט וואס טוט זיך אין היכל הקודש, וואס מוהרא"ש גייט אריבער פון זיין...)"; דאס זעלבע האב איך ביי די שיעורים, אלץ זענען דא וואס באשולדיגן זיך און טראכטן אז די שיעור מיינט מען זיי.
דיין משפחה; דו, דיין ווייב און דיינע קינדער - זענען פון די טייערע משפחות אין היכל הקודש; די שיעור איז נישט געזאגט געווארן פאר איר, די שיעור איז געזאגט פאר די פרויען וואס זענען נישט געזונט, זיי ווילן נישט לעבן כדרך כל הארץ השם ישמרינו, און אנשטאט מודה זיין אויפ'ן פראבלעם און בעטן דעם אייבערשטן: "הייל מיר אויס", - מאכן זיי שפירן דעם מאן אז ער האט א פראבלעם, ער איז נישט נארמאל; דיין משפחה איז זייער טייער.
דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די מתנה, דו האסט אן אשת חיל, זי איז מיט דיר, זי העלפט דיר; וויפיל אינגעלייט ווילן זיין ביים רבי'ן און די ווייב שטעלט א ווידערשטאנד? וויפיל אינגעלייט חלש'ן צו קומען קיין אומאן ראש השנה, זיין ביים הייליגן רבי'ן - און די ווייב לאזט נישט, זי סטראשעט, זי איז משפיל דעם מאן מיט ברלסב; אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי העלפט דיר זיין ביים רבי'ן - ביסטו דאך דער גליקליכסטער מענטש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.