בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד הילד הנחמד ... נרו יאיר, ירושלים.
די גבאים פון בית המדרש האבן מסדר געווען איך זאל קענען זען אין אמעריקע אין ישיבה וואס עס טוט זיך אין בית המדרש אין ירושלים.
איך זע אן אינטערעסאנטע זאך, טאג נאך טאג קומט אריין א קינד אין בית המדרש און זיצט און לערנט בהתמדה רבה; איך האב זיך נאכגעפרעגט ווער דאס איז ביז מען האט מיר דערציילט פון דיין התמדה, אז דו לערנסט יעדן טאג פערצן בלאט גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.
די יונגע יארן זענען די שענסטע יארן, וואס מען לערנט אין די יונגע יארן דאס בלייבט אויף א גאנץ לעבן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כ): "הַלּוֹמֵד יֶלֶד לְמַה הוּא דוֹמֶה, לִדְיוֹ כְתוּבָה עַל נְיָר חָדָשׁ". דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יאר עבודת השם אויף דער עלטער; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.
שטארק זיך און זיי ממשיך ווייטער מיט דיין התמדה; לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, ווען דו לערנסט זאלסטו נישט קוקן אויף קיינעם. קוק נישט אויף קיינעם; דו זיץ אין דיין ווינקעלע און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.
קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א נחת איך האב יעדעס מאל איך זע דיך לערנען מיט התמדה.
געב איבער פאר אלע בחורים וואס קומען לערנען אז דער ראש ישיבה האט שטארק הנאה פון די וואס זענען זיך קובע צו לערנען זייערע שיעורים כסדרן - מקרא, משנה, גמרא און אזוי ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.