בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
בנוגע אייער מאן וכו'; איר שרייבט איר זענט אלע יארן געווען א געצערטלט קינד, וואס איר האט געוואלט - האט מען אייך נאכגעגעבן, און יעצט איז דאס אייך זייער שווער; ווען אייער מאן טוט נישט גלייך וואס איר ווילט, ווערט איר ברוגז, איר הויבט אן זיך אויפעסן - ביז עס פלאצט אויס; איר בעט אן עצה.
ערשטנס זאלט איר וויסן, ווען מען ווייסט אז מען האט א פראבלעם און מען בעט הילף - איז מען שוין כמעט א געהאלפענער, די צרה איז ווען מען וויל נישט מודה זיין אז מען האט א פעלער, אבער ווען א מענטש בעט הילף; איר זאגט, העלפט מיר, איך בין געצערטלט, איך מיין אלעס קומט מיר, איך טשעפע מיין מאן - די פרוי איז שוין כמעט געהאלפן.
די עצה איז תפילה והתבודות. בעטס דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך, זאגט אים ווי א גרויסע רחמנות איר זענט. ווייל קינדער וואס וואקסן אויף געצערטלט וכו', יעדע זאך וואס זיי האבן געוואלט האבן זיי באקומען - די זענען א גרויסע רחמנות, די קענען נישט לעבן; זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:
"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען אז קיינער קומט מיר גארנישט; מיין מאן איז נישט מיין קנעכט, מיינע קינדער זענען נישט מיינע קנעכט, מיינע עלטערן זענען נישט מיינע קנעכט, אלע זענען מיר קנעכט פאר דיר באשעפער, איך בין דיין קנעכט; איך, מיין מאן און מיינע קינדער דארפן דיך דינען, מיר זענען נאר דיינע קנעכט.
הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל אים ליב האבן אפילו ווען ער טראכט אנדערש פון מיר, איך זאל לעבן מיט אים בשלום אפילו ער טוט נישט ווי אזוי איך וויל, העלף מיר איך זאל זען אין אים נאר גוטס.
אייבערשטער, ראטעווע מיר פון די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם; איך האב אזעלכע פארביסענע נאטורן, איך רעד מיט האס צו אנדערע, בעיקר צו מיין מאן; איך שאף אויף אים אזוי ווי מען שאפט אויף א קנעכט: "טו מיר", "מאך מיר", "איך הייס דיר", "איך האב דיר שוין געזאגט טויזנט מאל", "דו הערסט נישט?" הייליגער באשעפער, פארוואס רעד איך אזוי צו אים? פארוואס רעד איך נישט ווייך, שיין און זיס? ווען וועל איך שוין זיין א גוטע פרוי? ווען וועל איך תשובה טון? ווען וועל איך מכבד זיין מיין מאן? וואס מיין איך אז איך בין? ווער בין איך דען? איך האב נאך אזויפיל וואס צו פאררעכטן, איך בין דאך אזוי ווייט פון זיין גוט!
הייליגער באשעפער, געב מיר אמונה; שיין אריין אין מיר די ליכטיגע אמונה, איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס איז נאר דו, נישטא גארנישט - נאר דו. מיין מאן, מיינע קינדער - אלעס איז פון דיר. אז עס גייט מיר ווי אזוי איך וויל - איז דאס פון דיר, און אז עס גייט נישט ווי אזוי איך וויל - איז דאס ווייטער פון דיר, און אז עס איז אלעס פון דיר - איז דאך אלעס גוט, איז נישטא אויף וואס זיך צו רעגן".
אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; לייגט צו אייערע אייגענע תפילות - וועט איר מיט די צייט אויסגעלייזט ווערן פון אייער שווערע גלות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.