בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס מיינט "אבות ובנים"?
חינוך הילדים, אבות ובנים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך האבן מיר זייער א פרייליכע וואך, אברהם אבינו האט א נאמען געגעבן זיין זון 'יצחק', עס איז געווען א גרויסע שמחה, "כָּל הַשֹּׁמֵעַ יִצְחַק לִי" (בראשית כא, ו), יעדער איז געווען פרייליך. די הייליגע חכמים זאגן (הובא ברש"י, שם; בראשית רבה נג, ח): "בְּשָׁעָה שֶׁנִּפְקְדָה אִמֵּנוּ שָׂרָה", ווען שרה איז געהאלפן געווארן, "הַרְבֵּה עֲקָרוֹת נִפְקְדוּ עִמָּהּ", זענען אסאך עקרות געהאלפן געווארן, "הַרְבֵּה חוֹלִים נִתְרַפְּאוּ בוֹ בַיּוֹם", אסאך קראנקע זענען אויסגעהיילט געווארן, "הַרְבֵּה חֵרְשִׁים נִתְפַּקְחוּ", אסאך טויבע און שטומע זענען אויסגעהיילט געווארן, "הַרְבֵּה סוּמִים נִפְתְּחוּ", אסאך בלינדע זענען אויסגעהיילט געווארן, "הַרְבֵּה שׁוֹטִים נִשְׁתַּפּוּ", אסאך נארנים זענען קלוג געווארן, אלעס בזכות די אמונה; מען האט געזען אז עס נישטא קיין טבע, נישטא קיין מקרה, נישטא קיין מזל, עס איז דא א באשעפער וואס מאכט אלעס און טוט אלעס, אמונה ברענגט רפואה, און קריאה מעורר הזמן, אז מען ליינט די וואך די ניסים - קומט ישועות און רפואות.


איך וויל דיר בעטן זאלסט לערנען מיט דיינע קינדער מוצאי שבת ווען מען מאכט ביי ענק אין שול אבות ובנים, אבער זאלסט וויסן אז אבות ובנים מיינט נישט זאלסט פארהערן דיינע קינדער, זיי ווייזן אז זיי קענען נישט די לימודים; אבות ובנים איז פרייליך מאכן די קינדער, שמועסן מיט די קינדער, מיט יעדן קינד לויט זיין מצב, אויך אביסל לערנען, זיי ווייזן אז זיי קענען יא.


פאריגע וואך קומט צו מיר א טאטע ממש אויסער זיך, אז ביי אבות ובנים צעקריגט ער זיך מיט זיינע קינדער, זיי ווילן נישט לערנען, ער איז ממש אויסער זיך... איך זע אז נישט אלע ווייסן וואס אבות ובנים איז, עס איז א צייט צו געבן פאר יעדן קינד אפאר מינוט, אויסהערן און דערציילן און זיך זייער פרייליך מאכן.


 א גוט שבת.