בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), מברכים החודש, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
איך בין נאך זייער איבערגענומען מיט געפילן פון זיין מיט אייך, איך האב הנאה געהאט יעדע מינוט; איך האב זייער הנאה פון די פרישקייט וואס איז דא צווישן אייך און די ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך.
איך וויל אייך שרייבן פון די פרשה פון די וואך (במדבר), אבער ביי אונז איז דא אן אנדערע פרשה, ביי אונז איז די וואך פרשת בחוקותי; איך וועל אייך שרייבן א קליינע זאך פון וואס מיר האבן גערעדט דעם ליל שישי.
דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער (ויקרא כז, ג): "אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ", אויב איר וועט גיין אין די וועגן פון די תורה, וגו', זאגט רש"י הקדוש: "שתהיו עמלים בתורה"; וואס איז עמלות בתורה? דאס איז דער סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). ווען א מענטש איז זוכה, ער לערנט און ער פארשטייט דאס לערנען, ער האט א געשמאק אין לערנען - איז דאס נישט קיין פלאג, דאס איז דאך די זיסטע זאך אין די וועלט, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יז): "ווען די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים - וועסטו שוין גארנישט דארפן", וועסט נישט דארפן קיין שום שכר, דו וועסט נאר דארפן די תורה; עמל איז פשט אז מען האט נאכנישט קיין טעם, מען האט נאכנישט קיין פארשטאנד, מען פארשטייט נישט דאס לערנען - דאך פלאגט מען זיך, מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא, מען פלאגט זיך - דעמאלט קומען אלע ברכות.
עמלות בתורה איז ווען מען פארשטייט נישט דאס לערנען און מען פלאגט זיך, מען זאגט די ווערטער. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (קדושים פה:): "מַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין - גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין", און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.
טייערע ברידער, איך בעט אייך זייער, איר דארפט צוריק אנהויבן מיט א פרישקייט מאכן הפצה; ווי איך זע איז די הפצה ביי אייך אביסל איינגעשלאפן. עס איז נישט ריכטיג, מען טאר נישט זיין באקוועם פאר זיך אליינס, מען דארף ברענען פאר אנדערע אידן. שמועסט אייך אפ, יעדע חבורה אין יעדע פלאץ, טיילט אייך איין וויפיל גליונות און קונטרסים יעדער זאל נעמען, איינער גייט אין די פאר שולן, א צווייטער אין אנדערע פאר שולן; מען טאר נישט ווערן באקוועם, אין היכל הקודש אויב מען ווערט באקוועם, מען טוט נישט אין הפצה - קען מען אליינס ארויספאלן, מען ווערט א אלטער איד, אן אלטער חסיד; אלט איז א סכנה (שיחות הר"ן, סימן נא).
גייט פארשפרייטן דעם רבינ'ס חיזוק פאר בחורים און אינגעלייט, זיי דארפן די חיזוק דאס מערסטע; עס איז אזא רחמנות אויף בחורים, זיי ווילן זיין ערליך און גוט און זיי פאלן אין ביטערע עבירות; וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין מחזק זיין אידישע קינדער.
א פרייליכן ליכטיגן שבת.