בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט רעדן מיט דרך ארץ צו דיינע עלטערן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא לב.): "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום", דער אייבערשטער זאגט, אויך מיך זאלן ענק מכבד זיין און אויך ענקערע עלטערן זאלן ענק מכבד זיין, דאס מכבד זיין עלטערן איז חשוב פינקט אזוי ווי מיך מכבד זיין; און אז זאכן שטערן דיר – איז דאס נישט קיין תירוץ אויף נישט מכבד זיין. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין לא.), מען האט געפרעגט רבי אליעזר ביז וויפיל איז די שיעור צו ליידן (סאפערן, כנוסח אמעריקע), האט ער געזאגט: "פארוואס פרעגט עטץ מיר, פרעגט דעם גוי פון אשקלון, דמה"; ער איז געווען א גענעראל און ווען ער האט געגעבן זיין דרשה איז זיין מאמע געקומען און אים געווארפן אירע שיך אין פנים, האט ער זיך אראפגעבויגן, ער האט אויפגעהויבן די שיך און איר עס געגעבן, זי זאל זיך נישט דארפן בייגן.
האסט שוין חתונה געהאט, האט שוין א קינד; ווי אזוי ווילסטו דיין קינד זאל רעדן מיט דיר? מוהרא"ש האט מיר געזאגט איך זאל יעדן טאג רעדן פון כיבוד אב ואם, און זאגן פאר די בחורים: "ווי אזוי ענק פירן זיך צו ענקערע עלטערן – וועלן ענקערע קינדער זיך פירן צו ענק, מיט פראצענט".
דיין מאמע האט אזוי געוויינט צו מיר ביי די ברית וואס דו האסט געמאכט פאר דיין זון, אז זי האלט נישט אויס מער... איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו טוסט תשובה און דו גייסט רעדן שיין.