בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד אלי נרו יאיר
איך פריי מיך זייער אז דו האסט מיר שוין באשטעלט טיקעטס צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף קומענדיגע ראש השנה שנת תשע"ט לפ"ק. דעם קומענדיגן יאר דארף מען שוין פארן מיטוואך פרשת נצבים, ווייל ראש השנה געפאלט אויס מאנטאג און דינסטאג, דארף מען שוין זיין אין אומאן נאך פאר שבת.
ביי אונז איז ממש מקוים געווארן וואס דער רבי זאגט: "גלייך נאך ראש השנה בייג איך צו מיינע אויערן צו הערן ווי דער שמש קלאפט שוין אויפצואוועקן צו סליחות"; מען קויפט שוין דעם טיקעט אנהייב יאר פארן קומענדיגן יאר; מיר פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות און מיר קומען קיין אומאן אזוי ווי ער האט אונז געהייסן, אפילו עס איז שווער - יעדער מיט זיינע שוועריקייטן, דאך פאלגן מיר דעם רבי'ן אן קיין דריידליך וכו'.
געב איבער פאר אלע בחורים ווען איך פאר, ווייל איך וויל זייער שטארק פארן צוזאמען מיט זיי; איך דארף דיר נישט זאגן ווי מען דארף אכטונג געבן אויפן וועג, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות, פרק ד, הלכה ד): "כָּל הַדְּרָכִים בְּחֶזְקַת סַכָּנָה", אלע וועגן זענען בחזקת סכנה - בגשמיות, ווער רעדט נאך אז מען דארף אכטונג געבן פון די רוחניות'דיגע סכנה; מען זאל האבן ריינע אויגן אויפן וועג, נישט צו קוקן מאוויס השם ישמרינו, און אז מען פארט צוזאמען איז מען אפגעהיטן.
ווען מען פארט צום הייליגן רבי'ן דארף מען פארן מיט יראת שמים בקדושה ובטהרה, און דוקא דעמאלט פארלייגט זיך דער יצר הרע אז מען זאל נכשל ווערן מיט הסתכלות רעות.
געדענק וואס איך זאג דיר: "אליין - בלאנדזשעט מען"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "אַל תְּהִי רָשָׁע בִּפְנֵי עַצְמְך", זאגט ר' נתן, אפילו א מענטש זעט אז ער טויג נישט, ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, זאל ער נישט זיין איינער אליין, נאר ער זאל זיך האלטן מיט ערליכע אידן, ווייל אליין איז זייער ביטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.