בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי מער מ'לערנט, אלץ געשמאקער ווערט עס
כולל, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם, זע צו זיין צייטליך אין כולל און אויך זאלסטו לערנען מיט דיין חברותא דעם לימוד וואס מען לערנט אין כולל.


אין אנהייב איז עס שווער, אבער עס ווערט נאר זיסער און זיסער; אז דו וועסט לערנען פלייסיג מיט דיין חברותא – וועסטו מיר מאכן א גרויסע נחת רוח. פרעג די אנדערע כולל אינגעלייט, פאר זיי איז אויך שווער געווען אין אנהייב, יעצט איז זיי אזוי געשמאק דאס לערנען, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו (שיחות הר"ן, סימן יז): "אז די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים וועסטו שוין גארנישט דארפן".


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר דיר און דיין משפחה, איר זאלט מצליח זיין.


פון דיין טאטע