בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקים?
צדיקים, מעביר סדרה, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך גייט צוויי פרשיות תזריע און מצורע, הויב אן מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל. אויך זאלסטו לערנען משניות, גמרא, הלכה און דעם רבינ'ס ספרים. לערן אביסל פון אלעס, מעט גם כן טוב, אביסל איז אויך גוט, און אז מען לערנט אביסל מיט נאך אביסל - פילט זיך אן א שיסל, און איך האב געהערט פון איינעם פון אנשי שלומינו ערב פסח ביים פארלערנען דעם בלאט גמרא (מכות ט:): "אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות", אביסל מיט נאך אביסל - ווערט אסאך.


אנטלויף פון די וואס רעדן אויף צדיקים, דער וואס רעדט אויף צדיקים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה. אפילו פון אינדרויסן זעט ער אויס ווי א שיינער איד וכו' וכו', און אפילו עס איז דיין משפחה וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ לוֹ עַזוּת פָּנִים, בְּיָדוּעַ שֶׁנִּכְשַׁל בַּעֲבֵרָה", ווער עס איז אן עזות פנים איז א סימן אז ער איז א בעל עבירה; ווי איז דא א גרעסערער עזות פנים ווי איינער וואס וואגט זיך צו רעדן אויף צדיקי אמת?! ווי שעמט זיך נישט א מענטש צו רעדן אויף צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש פארן אייבערשטן, פאר נשמות ישראל, פאר משיח צדיקינו?! עס איז נאר ווייל די מענטשן זענען פגום בברית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים נה, כא): "שָׁלַח יָדָיו בִּשְׁלֹמָיו חִלֵּל בְּרִיתוֹ", ווען א מענטש רעדט אויף ערליכע אידן, צדיקי אמת, איז עס ווייל "חִלֵּל בְּרִיתוֹ", דער מענטש זינדיגט אין הארבע עבירות; אפילו פון אינדרויסן קען מען דאס נישט זען, פארקערט נאך, די וואס רעדן אויף צדיקי אמת זעען אויס פון אינדרויסן ווי כלומר'ישע פרומע מענטשן וכו', דאך זענען זיי פארפוילט פון אינעווייניג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.