בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א ווייב וויל א מאן זאל איר אויסהערן און פארשטיין
שלום בית, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א ווייב וויל א מאן זאל איר אויסהערן און פארשטיין, גארנישט מער און גארנישט ווייניגער.


דיין ווייב ווארט א גאנצן טאג דו זאלסט אהיימקומען - דיר צו קענען דערציילן איר טאג, איר פלאג, איר ווייטאג וכו' וכו'; דארפסטו האלטן קאפ אויף דעם. אפילו דו ארבעטסט שווער, ביסט אויסגעמוטשעט, דיינע אויגן קלעבן זיך צו - דארפסטו איר אויסהערן און פרובירן פארשטיין אירע שמחות און בכיות, און איר מחזק זיין; געבן גוטע ווערטער, שטארקן מיט אמונה.


טייערער ברודער, רבי נתן האט געזאגט, ער וואלט געדארפט שרייבן נאך א סעט ליקוטי הלכות נאר אויף שלום בית, אויף דברים שבינו לבינה. ברוך ה' מיר האבן זוכה געווען צו ספר אשר בנחל, מוהרא"ש האט געשריבן נישט איין סעט, נישט אכט סעטס; איבער צוויי הונדערט בענדער חיזוק אויף שלום בית, אויף ווי אזוי מען לעבט אין שטוב, מכבד זיין די ווייב און איר העלפן וכו' וכו'.