בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ווייב ווערט איבערגעדרייט צום גוטן
שלום בית, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ביים הייליגן רבי נתן איז געווען אין אנהייב שווער מיט זיין ווייב, זיי איז אים געווען א מתנגדת, און ביי זיין חבר ר' ליפא איז געווען פארקערט, אין אנהייב איז זי געווען מיט אים בשלום, און ביים סוף האט זיך עס ביי ביידע איבערגעדרייט, ביי מוהרנ"ת איז זי געווארן בשלום, און ביי ר' ליפא איז זי געווארן א מתנגדת; האט ר' ליפא געזאגט פאר רבי נתן: "יעצט איז מיר פארענטפערט די גמרא (יבמות סג.): "זָכָה, נַעֲשֵׂית לוֹ עֵזֶר", איז דער מענטש זוכה ווערט אים די ווייב פאר א הילף, זי העלפט אים, "לֹא זָכָה", איז דער מענטש נישט זוכה, "נַעֲשֵֹית כְּנֶגְדוֹ", ווערט זי אים א מתנגדת, לכאורה, וואס איז די ווארט 'נעשית' – זי ווערט? עס וואלט געדארפט שטיין 'זכה עוזרתו', איז ער זוכה איז זי אים א הילף, 'לא זכה, כנגדו', אבער יעצט זע איך אז ביי אייך מוהרנ"ת איז זי געווארן אן עזר, דאס איז נעשית, און ביי מיר איז נעשית, געווארן – כנגדו; והבן למעשה.


דער ערליכער איד וואס היט די אויגן און היט זיך פון כעס און האט סבלנות – 'נעשית לו עזר', דרייט זיך אלעס איבער און עס ווערט אן עזר; דארפן מען זיך נאר שטארקן און פאלגן די עצות פון רבי'ן, וועלן מיר זוכה זיין צו וואס עס שטייט אין תיקונים (תיקון יד, דף ל ע"ב), עזר בעולם הזה ובעולם הבא.