בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די ווייב מיינט ער פארשטייט דאס לערנען
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט גלייך געענטפערט; ווען דו זאלסט וויסן ווי פארנומען איך בין... איך קום נישט אן מיט מיין ארבעט, איך קום נישט אן צו עסן וכו' וכו', - וואלסטו מיר זיכער דן געווען לכף זכות.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי פלייסיג דו לערנסט, אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ש"ס תלמוד בבלי און דו גייסט שוין נאכאמאל ענדיגן ש"ס, און אזוי אויך משניות עטליכע מאל - וואויל איז דיר און וואויל איז זיין חלק.


בנוגע אז דאס איז באהאלטן פון דיין ווייב וכו', זי מיינט אז דו פארשטייסט וואס דו לערנסט און זי ווייסט נישט אז דו זאגסט וכו' און דו שפירסט ווי דו טראגסט א סוד וכו'; וויסן זאלסטו אז פאר א פרוי איז נישט קיין גרויסע נפקא מינה צי מען לערנט אן פארשטיין אדער מען לערנט מיט פארשטיין, א פרוי האט ליב צו זען ווי איר מאן לערנט און פירט זיך מיט גוטע מידות.


נאך אביסל וועסטו דאך ממילא זוכה זיין צו פארשטיין; אז מען זאגט נאכאמאל און נאכאמאל איז מען זוכה ביים סוף צו פארשטיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין עיין שם.


א גוט שבת.