בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווילסט האבן ערליכע קלוגע קינדער? זאלסטו זיי מחנך זיין
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, ל"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


שלמה המלך זאגט (משלי יג, א): "בֵּן חָכָם" א קלוגער זון, "מוּסַר אָב" האט ליב צו הערן די מוסר פון טאטן, "וְלֵץ" און א לץ, "לֹא שָׁמַע גְּעָרָה" האט נישט צוגעהערט די געשריי פון מוסר.


קען זיין, מען רעדט אויך צום טאטן, מען זאגט דעם טאטן 'אויב דו ווילסט האבן ערליכע קליגע קינדער – זאלסטו זיין מחנך זיין, לערן זיי ווי צו האבן גוטע מידות, שטראף זיי ווען זיי פירן זיך מיט חוצפה, און פארלאנג פון זיי צו לערנען און דאווענען'; דאס זאגט אונז דער פסוק, 'בֵּן חָכָם' אויב דו ווילסט א קלוגער זון, דו ווילסט ערליכע קינדער, 'מוּסַר אָב' דארף דער טאטע זיי מחנך זיין, ווייל חס ושלום אויב מען זאגט גארנישט, מען לאזט די קינדער הפקר - 'וְלֵץ' וועלן די קינדער זיין לצים - 'לֹא שָׁמַע גְּעָרָה' ווייל זיי האבן נישט געהערט קיין איין געשריי פון טאטן, מען האט זיי נישט געלערנט ווי זיך צו פירן.


ולכן, וואויל איז פאר די עלטערן וואס זענען נישט פויל ווען עס קומט צו חינוך הבנים והבנות, זיי מאכן ברכות מיט די קינדער, זיי בענטשן ברכת המזון מיט די קינדער ווארט ביי ווארט, דאווענען מיט די קינדער, ליינען קריאת שמע מיט זיי; וועלן זיי האבן אסאך נחת, והבן למעשה.