בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א וועג פאר די טיטשערס צו קומען אין סקול
מוסדות, געלט

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, אדמיניסטראטער מוסדות היכל הקודש


עפעס דארפסטו טון עס זאל זיין א וועג פאר די טיטשערס צו קומען אין סקול. יעצט ווען עס איז געווען די שרעקליכע פרעסט, ציפעדיגע קעלט - האב איך געהערט וויפיל טיטשערס זענען געשטאנען אין די קעלט און פארפרוירן געווארן, און עס איז דא וואס דארפן זיך ארויפשלעפן א בארג, און איינמאל זיי קומען אן אויבן קענען זיי נישט צוריק אראפגיין צוליב די אייז, מען מוז עפעס טון פאר די טיטשערס.


אפשר קענסטו רעדן צו אנשי שלומינו זאלן טון די ריכטיגע זאכן מיט די געלט, ווי איידער זיך בויען פאלאצן, און ווי איידער זיך קויפן טייערע קארס (וואס קאסט נאר כך וכך דאלער א חודש מער וויפיל ער צאלט יעצט, פאר די קומענדיגע זעקס יאר) - זאלן זיי אינוועסטירן די געלט אין בויען מוסדות. ווייז זיי די פריערדיגע דור, קיינער איז נישט געבליבן מיט זיין קאר, קיינער איז נישט געבליבן מיט זייער דירה, און די וואס האבן געהאלפן בויען מוסדות - די האבן איבער געלאזט א פארמעגן; די זכותים פון די תורה פון די תינוקות של בית רבן דאס נעמט מען מיט.


איך בעט דיר, דו מוזט עפעס טון, מען קען נישט חוזק מאכן פון די פרויען וואס קומען טיטשן פאר אונזערע קינדער, די פרויען זענען מאמעס פאר קינדער, זיי וואלטן גערן געבליבן אין שטוב אויפהאדעווען די קינדער, דאך שטייען זיי אויף פרי און קומען אין בית פיגא און מען מאכט חוזק פון זיי, מען געבט זיי נישט קיין וועג, דער שיקט צו דעם און דער שיקט צו דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.