בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וועגן דעם בנין אין אומאן, מ'דארף בארגן געלט מיט א חשבון
אומאן, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערער ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל זיין מיט דיר זייער אפען; איך האב געבארגט מאה אלפים ביז צוויי יאר, נאכדעם האב איך א חוב ביז קומענדיגע יאר חנוכה פון פופציג טויזנט. יעצט דארף איך באצאלן אויף ראש חודש ניסן א חוב פון זיבעציג טויזנט דאללער; געלויבט דעם אייבערשטן אז די בחורים האבן אריין געברענגט געלט פורים און איך האב דאס געלט צו באצאלן. דער מלוה זאגט מיר ער איז גרייט צו ווארטן נאך אביסל אבער איך דארף האבן א חשבון ווי אזוי איך גיי דאס באצאלן.


איך האב שוין געבארגט במשך די צען יאר פון ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה קרוב צו א מיליאן דאללער און איך האב ברוך ה' אלעס באצאלט אויפן טאג אדער פארן זמן הפרעון, אלץ ווייל איך האב געבארגט מיט א חשבון. איך האב אוועק געלייגט אלע אפגעצאלטע שטרות און איך וועל דיר עס ווייזן. אבער סתם צו בארגן אין דער וועלט אריין - קען איך נישט; אויב דו האסט איינער וואס איז מיר גרייט צו בארגן אויף א שפעטערע זמן, בין איך גרייט צו בארגן ביז א האלב מיליאן דאללער צו קענען ענדיגן דעם בנין פאר דעם יאר. גלייב מיר, ווי שטארק דו ווילסט דעם נייעם בנין וויל איך דאס אסאך מער; איך ווייס נישט צי דו האסט אפילו געזען וואו איך שטיי איין, אויב מיר וועלן נאך נישט האבן אונזער בנין גרייט אויף דעם יאר, וועל איך דיר ווייזן וואו איך שטיי איין, איך וועל דיר ווייזן דעם בית הכסא וואס מיר ניצן ראש השנה וכו' וכו'.


שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות; מיר וועלן ענדיגן דעם בנין מיט תפילה. מיר וועלן מאכן א שיינעם חנוכת הבית אין אומאן און איך וועל קענען אויסרופן וואס ר' נתן האט אויסגעשריגן ביים חנוכת הבית פארן קלויז אין אומאן: "איך האב געבויט דעם קלויז - נישט מיט קיין געלט פון עשירים, נאר פון די רצונות פון ארימעלייט", וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען צו ברענגען נאך א פרוטה און נאך א פרוטה; יעדער האט געברענגט זיינע לעצטע פרוטות ביז מען האט געענדיגט בויען דעם קלויז אין אומאן, און מוהרא"ש פירט אויס די מעשה: "וזה שייך בכל דור ודור".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.