בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וועגן דעם נייעם בנין אין אומאן
אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פארן מיר שיקן דיינע ארבעטער אריין צו לייגן נאך אן עירקאנדישן אין די ווייבער שול, עס זאל נישט זיין אזוי הייס ביי די חתונה וואס גייט אם ירצה ה' פארקומען דאנערשטאג נאכט בשעה טובה ומוצלחת, איך וויל דיר אם ירצה ה' באצאלן פאר דעם.


אויך וויל איך דיר בעטן, דו האסט מיר שוין לאנג נישט געשיקט דעם חשבון וויפיל געלט איך האב שוין געשיקט קיין אומאן פאר דעם נייעם בנין וואס מיר בויען יעצט; איך האב נעכטן נאכט געגעבן פאר האברך ... נרו יאיר אכט טויזנט דאללער, און פאריגע וואך האב איך געגעבן פינף טויזענט דאללער; דאס איז חוץ פון וואס איך האב אליין געגעבן אין אומאן פאר דעם קאנטראקטאר האברך ... נרו יאיר צען טויזענט דאללער. ביטע שרייב מיר א פונקטליכער חשבון וויפיל איך האב שוין געשיקט.


בנוגע וואס דו שרייבסט מיר אז איך זאל מיך אנשטרענגען צו ענדיגן דעם בנין אויף דעם יאר; גלייב מיר, איך וויל אסאך מער פון דיר ענדיגן דעם בנין, איך האב געמיינט אז אלע וועלן מיר העלפן וכו', למעשה זע איך אז איך אליין וועל דארפן צוזאמשטעלן דעם גאנצן סכום פון א מיליאן דאללער, וועט דאס נעמען אביסל צייט; זארג נישט, גלייך ווען איך וועל האבן אפאר דאללער וועל איך דיר עס שיקן, אז דו זאלסט עס קענען שיקן קיין אומאן.


הבחור ... נרו יאיר האלט מיר אין איין מוטשען אז ער וויל מאכן א דינער וכו'; איך האלט אים אין איין זאגן אז איך בין נישט קיין חסיד פון די זאכן. איך גלייב אינעם אייבערשטן, און איך וועל בעטן נאכאמאל און נאכאמאל מיינע תלמידים אז זיי זאלן מיר ארויס העלפן, און בעזרת השם יתברך וועלן מיר ענדיגן דעם בנין בקרוב.


געב א קוק ווי מיר האבן מצליח געווען מיט די ישיבה, חדר, מיידל סקול, אן די הילף פון נדבנים וכו'; מיר האבן אריין געלייגט אינעם בנין הישיבה דאס אויפצובויען איבער א האלב מיליאן דאללער, פארן בנין אין אומאן האב איך דיר שוין געגעבן קרוב צו דריי הונדערט טויזענט דאללער, איך צאל א חודש פאר די מלמדים און טיטשערס דרייסיג טויזענט דאללער, קומט דאס אויס א יאר... ברוך השם די מוסד שטייט שוין זיבן יאר, קומט דאס אויס זייער אסאך געלט - פרעג מיך נישט פון וואו איך האב געהאט די געלט, ווייל איך ווייס אויך נישט; איין זאך טו איך, איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל מיר העלפן איך זאל נישט האבן קיין חובות, און איך זאל קענען יעדן איינעם באצאלן.


איך וויל דיר בעטן, אפשר קען מען ארויסגעבן די אלע בריוו וואס איך שרייב פאר מיינע תלמידים, און אויך די בריוו וואס איך ענטפער פאר שאלות וואס מענטשן פרעגן. הלואי זאל מען דאס צוזאמנעמען און דרוקן, ווייל מענטשן זאגן מיר אז דאס איז זייער גאנצע התחזקות, דאס איז זייער וועג ווייזער וכו'.


שטארק דיך, און גיי ארום נאר מיט א שמייכל וועסטו מצליח זיין.