בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר,
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך וואלט דיר געדארפט שרייבן יעדן טאג א בריוו דיר מחזק זיין אין דיין הייליגע ארבעט וואס דו ביסט עוסק אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועלט; ביסט עוסק אין ברענגען משיח צדקינו, ווי מער מען פארשפרייט די עצות פאר די וועלט אלץ נענטער קומען מיר צו די גאולה שלימה, ווייל די ספרים און קונטרסים האבן א כח צוריק צו ברענגען אלעמען צום אייבערשטן.
איך בעט דיר זיי ממשיך מיט'ן דרוקן און פארשפרייטן די ספרים ביתר שאת; דאס איז אונזער תיקון, דאס אונזער תשובה אויף די מעשים וואס מיר דארפן פאררעכטן. ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה איז א תיקון אויף פגם הברית; עס איז נישט דא א גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען ווי צו עוסק זיין אין הפצה.
בנוגע אנטון תכלת; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט צו גיין מיט תכלת ווייל רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה איז געגאנגען מיט תכלת. ער האט געהאט א קבלה פון זיין טאטע רבי נחמן טולטשינער - א תלמיד פון רבי נתן, וואס האט געהערט פון רבי נתן אז ווען דער רבי האט געזאגט: "פון מיר ביז משיח וועט נישט זיין קיין נייעס", האט דער רבי געגעבן א קרעכץ און זיך אנגערופן: "אה תרחם, אה תרחם"; דעמאלט האט מען נישט פארשטאנען וואס דער רבי מיינט מיט דעם: "אה תרחם", אבער שפעטער ווען דער גרויסער צדיק דער ראדזינער רבי זכותו יגן עלינו האט אנפלעקט די תכלת אין יאר תרח"ם האט זיך רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה געטראפן מיט אים און דערביי אנגענומען דעם ענין פון גיין מיט תכלת. ער האט געזאגט אז דאס האט דער רבי געמיינט מיט'ן: "אה תרחם", עס וועט זיין איין פרישע זאך, די זאך פון תכלת. אזוי טון אלע וואס זענען געגאנגען מיט רבי אברהם ז"ל, אלע גייען מיט תכלת.
אזוי אויך איז נישט משנה וואס פאר א תכלת מען גייט, ווייל עס איז נישט דא דער פראבלעם פון שעטנז ביי ציצית; דער עיקר אז מען גייט מיט תכלת וואס דאס דערמאנט פונעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:) פארוואס האט דער אייבערשטער געהייסן גיין מיט תכלת? "מִפְּנֵי שֶׁהַתְּכֵלֶת דּוֹמֶה לַיָּם", דער קאליר פון תכלת דערמאנט פונעם ים, "וְיָם דּוֹמֶה לָרָקִיעַ", און דער קאליר פונעם ים דערמאנט פונעם הימל, "וְרָקִיעַ לְכִסֵּא הַכָּבוֹד", און די הימל דערמאנט פונעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים און רעדן מיט אנדערע שטענדיג פונעם אייבערשטן.
א פרייליכן יום טוב.