בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די מעשה ווי אזוי און ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם ספר המידות; עס פלעגט קומען צום רבי'ן א איד ר' דוד חי'לעס, ער פלעגט גיין שפאצירן מיטן רבי'ן און דערציילן דעם רבי'ן מעשיות און חידושי תורה וואס ער האט געזען אין אלטע ספרים, ער האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי אזוי דער רבי רעאגירט אויף די מעשיות; אמאל פלעגט דער רבי אויפהייבן זיינע הייליגע הענט און זאגן דאס איז רוח הקודש, אמאל האט דער רבי נישט געמאכט קיין עקסטערע תנועה.
אמאל האט ער דערציילט פארן רבי'ן א מעשה מיט א ראש ישיבה וואס האט גענומען פאר זיין טאכטער א בחור פון זיין ישיבה, א מתמיד עצום, און נאך די חתונה האט דער אינגערמאן געלערנט גאנצע נעכט מיט גרויס התמדה, און עס פלעגט קומען צו דעם אינגערמאן א מגיד פון הימל לערנען מיט אים יעדע נאכט, אבער דער מגיד איז געווען פון די סטרא אחרא (דער אינגערמאן איז נכשל געווארן אין עפעס, דורך דעם האבן די סטרא אחרא געהאט א כח אים צו פארכאפן). דער אינגערמאן האט דאס קיינעם נישט דערציילט, און ער האט נישט געוואוסט אז דער מגיד איז פון די טומאה.
אמאל זאגט דער מגיד פאר דעם אינגערמאן ער זאל טון אן עבירה מיט זיין ווייב, ער זאל אראפברענגען די נשמה פון משיח אין די טעג פון נדה רחמנא לצלן, דער מגיד האט אים אזוי צוגערעדט ביז דער אינגערמאן האט אים געגלייבט. ער האט אנגעהויבן רעדן צו זיין ווייב זי זאל מסכים זיין צו טון די עבירה, ער האט איר דערציילט אז א מגיד פון הימל זאגט אים דאס צו טון און אזוי וועלן זיי אראפברענגען די נשמה פון משיח; זיין ווייב איז געווען א יראת שמים, זי האט געזאגט: "איך גיי פרעגן מיין טאטע אויב מען מעג דאס טון".
איר טאטע איז זייער דערשראקן געווארן, ער האט גלייך געזאגט זיין טאכטער אז ער וויל רעדן מיטן איידעם, ער האט אים געזאגט עס מוז זיין אז דער מגיד איז פון די נישט גוטע, אז ער רעדט אים צו צו טון אן עבירה. ער האט אים געגעבן א סימן אז ביי די אמת'ע מגידים איז איינגעקריצט אלע אותיות אויף זייער שטערן און די אותיות פון די שם הוי"ה ברוך הוא שיינען און לייכטן, און ביי די סטרא אחרא איז פארקערט, די אותיות פון שם הוי"ה ברוך הוא זענען טונקל, דער שווער האט אים געזאגט: "קומענדיגע מאל ווען דער מגיד וועט קומען צו דיר זאלסטו קוקן אויב די אותיות פון שם הוי"ה ברוך הוא שיינען, און אויב נישט זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן פון אים", ער האט אים איבערגעגעבן שמות און קמיעות אז דער מגיד זאל אים נישט קענען שעדיגן, און אזוי איז דער אינגערמאן געראטעוועט געווארן פון אים.
ווען דער רבי האט געהערט די מעשה האט דער רבי זיך זייער צופלאמט און געזאגט: "ביי אונז לייכטן און שיינען אלע אותיות פון די אלף בית", און דער רבי האט דעמאלט ארויסגענומען זיינע כתבים פון ספר המידות. אז מען לערענט די אותיות פון ספר המידות און מען בעט דעם אייבערשטן אויף יעדן אות, מען זאל זוכה זיין צו דעם - איז מען זוכה אז אלע אותיות שיינען אויפן מענטש.
בנוגע וואס דו האסט געפרעגט וואס איז די ריכטיגע גירסא אין ספר המידות (אות נפילה, סימן ו), ווי דער רבי זאגט: "עַל יְדֵי הַשְּׁבוּעָה נִכֶּרֶת הַהִשְׁתּוֹקְקוּת שֶׁל אָדָם", אדער "עַל יְדֵי הַשְּׁבוּעָה נִכְרַת הַהִשְׁתּוֹקְקוּת שֶׁל אָדָם"; דו פרעגסט וואס איז די ריכטיגע גירסא?
דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה שרייבט: "שמעתי בשמו", איך האב געהערט בשם דעם רבי'ן, "ששתי הגירסאות אמת", אז ביידע גירסאות זענען ריכטיג, און ער פירט אויס: לויט די גירסא 'נִכֶּרֶת' פארשטייט מען נישט וואס האט דאס מיט די אות נפילה, און לויט די גירסא 'נִכְרַת' פארשטייט ער בכלל נישט פשט פארוואס דורך א שבועה ווערט אפגעהאקט די השתוקקות פונעם מענטש.
דער גאון ר' אליהו עטיה געבט צו פארשטיין ביידע גירסאות אין זיין פירוש ספר המידות המבואר, דאס וואס טשערינער רב פרעגט וואס האט די גירסא 'נִכֶּרֶת' מיט אות נפילה? אז מען שווערט צו דינען דעם אייבערשטן, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קיט, קו): "נִשְׁבַּעְתִּי וָאֲקַיֵּמָה לִשְׁמֹר מִשְׁפְּטֵי צִדְקֶךָ", פון ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה האט דוד המלך געשוואוירן אז ער וועט נישט אפלאזן די תורה - פארשטייט מען וואס דאס האט מיט אות נפילה; דער רבי געבט אן עצה מען זאל נישט אראפפאלן פון עבודת השם.
לויט די גירסא "עַל יְדֵי הַשְּׁבוּעָה 'נִכְרַת' הַהִשְׁתּוֹקְקוּת שֶׁל אָדָם"; בפשטות מיינט דאס ווארט נִכְרַת – אפגעהאקט, דעריבער וואונדערט זיך דער טשערינער רב פארוואס דורך א שבועה ווערט אפגעהאקט די השתוקקות, אדרבה דורך א שבועה ווערט מען מער מחובר, אבער נִכְרַת איז אויך מלשון (תהילים קה, ט): "אֲשֶׁר כָּרַת אֶת אַבְרָהָם וּשְׁבוּעָתוֹ לְיִשְׂחָק", מלשון כריתות ברית, איז דאך ביידע פשטים איינס; ביידע מיינען אז דורך א שבועה ווערט שטערקער די השתוקקות פונעם מענטש און דאס וועט אים נישט לאזן פאלן פון זיין עבודת השם יתברך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גמר חתימה טובה.