בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מען היט די תורה פאלט מען נישט אין קיין עבירות
הלכה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט אמת וואס דו שרייבסט, ווייל ווען מען היט די תורה - פאלט מען נישט אין קיין עבירות. די טעג וואס די הייליגע תורה זאגט אז מען דארף זיך אפשיידן וכו' - פון דעם פאלט מען נישט אראפ, אז מען לייגט צו אייגענע פרישות - דאס איז שוין עפעס אנדערש, פון דעם קען מען יא אראפפאלן.


השמר והזהר, היט די הלכות בחומר הדין; אז מען היט נישט די הלכות פון א אידישע שטוב ווערט מען פארשניטן פון די וועלט. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אונז (שבת יג.) אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום צו לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: איר האט געהאלטן טהרת המשפחה? האט זי געענטפערט: מיר האבן געהאלטן כמעט אלע הלכות אויסער איינצעלע זאכן האבן מיר נישט געהאלטן; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.