בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען א ווייטער מענטש קומט צוריק צום אייבערשטן, איז דאס זייער חשוב
התחזקות, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אור החיים הקדוש פרעגט דיין קשיא, פארוואס רימט די תורה הקדושה אויס יתרו אלס כהן מדין - עס איז בכלל נישט קיין יחוס, און עס איז זיכער נישט א גרעסערע יחוס פון חותן משה, פארוואס זאגט די תורה קודם די תואר?! ער ענטפערט, די תורה הקדושה וויל אונז ארויסברענגען אז אפילו יתרו וואס ער איז געווען 'כהן מדין' איז ער אויך צוגעקומען צו די אנערקענונג "כִּי גָּדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים", דער אייבערשטער איז גרעסער פון אלע אפגעטער.


אזוי אויך זאגט דער זוהר הקדוש (סח.): "אָתָא יִתְרוֹ", ווען יתרו איז געקומען, "כּוֹמָרָא עִלָּאָה וְרַבְרְבָא", דער גרויסער און מעכטיגער גלח, "רַב מְמָנָא דְּכָל טַעֲוָון אַחֲרָנִין", ער איז געווען דער הער פון אלע געטשקעס, "וְאוֹדֵי לֵיהּ לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", און יתרו האט מודה געווען אז דער אייבערשטער איז העכער אלעמען, "וְאָמַר, עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים", ער האט געזאגט, יעצט זע איך אז דער אייבערשטער איז גרעסער פון אלע געטשקעס, "כְּדֵין אִסְתַּלָּק וְאִתְיְיקָר קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ עֵילָּא וְתַתָּא", דעמאלט איז געווארן דער אייבערשטער'ס כבוד גרויס און חשוב אויבן און אונטן.


דאס איז זייער שטארקע חיזוק פאר אונז; ווען דער יצר הרע קומט אונז אריינרעדן 'דו ביסט גארנישט ווערד', 'דו ביסט ווייט פון אייבערשטן', 'קיינער דארף נישט דיין דאווענען, קיינער דארף נישט דיין לערנען', 'דו ביסט דער ערגסטער מענטש', - דארף מען זיך זייער שטארקן, און געדענקען, אזוי ווי יתרו וואס איז געווען א גלח, ער האט געדינט אלע עבודה זרה'ס, ווען ער איז געקומען און מודה געווען צום אייבערשטן, "כְּדֵין אִסְתַּלָּק וְאִתְיְיקָר קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ עֵילָּא וְתַתָּא", - איז דעם אייבערשטנ'ס כבוד גרויס געווארן, אזוי אויך וועט זיין מיט מיר, אז איך וועל דינען דעם אייבערשטן, איך וועל זיך דערהאלטן, איך וועל דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, - וועט דער אייבערשטער האבן א נחת רוח, און עס וועט ווערן גרויס זיין כבוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.