בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מ'העלפט מענטשן, דארף מען גרייט זיין צו ליידן
זיכוי הרבים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע מיינע געטרייע תלמידים וואס העלפן מיר אהערשטעלן דעם בנין אין אומאן, כל אחד בשמו הטוב יבורך.


אין די וואכעדיגע סדרה זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו (במדבר יא, טז): "וְלָקַחְתָּ אֹתָם" – ער זאל אויפנעמען די זיבעציג זקנים, זאגט רש"י אויפן פלאץ: "קָחֵם בִּדְבָרִים: 'אַשְׁרֵיכֶם שֶׁנִּתְמַנֵּיתֶם פַּרְנָסִים עַל בָּנָיו שֶׁל מָקוֹם!'", רעד צו זיי שיינע ווערטער, "וואויל איז ענק אז איר זענט זוכה צו משמש זיין דעם אייבערשטן!" זאגט ווייטער דער אייבערשטער (שם, יז): "וְנָשְׂאוּ אִתְּךָ", זאגט רש"י: "הִתְנָה עִמָּהֶם עַל מְנָת שֶׁיְּקַבְּלוּ עֲלֵיהֶם טֹרַח בָּנַי, שֶׁהֵם טַרְחָנִים וְסַרְבָנִים", נעם זיך אויס מיט זיי אז זיי זאלן וויסן אין וואס זיי גייען אריין, זיי זאלן וויסן אז זיי טוען דאס על מנת די אידן וועלן זיי מטריח זיין און ווידערשפעניגן אין זיי.


דאס גייט אן אין אלע דורות; ווען מען וויל העלפן אויפבויען מוסדות וכו' דארף מען וויסן אז מען קען נאר העלפן אויב מען איז גרייט על מנת להסקל, אז מען וועט צוריק כאפן שטיינער וכו'. ווען מען ארבעט לשם שמים דעמאלט האט מען נישט קיין חלישות הדעת וכו', אבער אויב האט מען אינזין די אייגענע אינטערעסן, דעמאלט ווערט מען גלייך צעבראכן וכו'.


דעריבער בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים, אז איר האט זיך אונטער גענומען מיר צו העלפן אין אומאן זאלט איר זיין זייער שטארק ביי זיך נישט צו ווערן צעבראכן ווען איינער זאגט א שלעכט ווארט וכו'.


עס איז באוואוסט וואס דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר זיינע קינדער ווען ער האט זיי געהייסן גיין נאך געלט: "איך בעט אייך איר זאלט נישט באקומען א שנאה אויף א איד וואס געבט נישט קיין צדקה"; דאס זעלבע בעט איך אייך: זעט עס זאל זיין אהבה צווישן אנשי שלומינו, בפרט צווישן אונז תלמידי היכל הקודש.


ווער עס איז עוסק מיט א רבים דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "באשעפער העלף מיר אז איך זאל קיינעם נישט וויי טון און קיינער זאל מיר נישט וויי טון; איך זאל נישט האבן פון קיינעם קיין חלישות הדעת און איך זאל נישט מאכן פאר קיינעם קיין חלישות הדעת".


איך דאנק אייך פארן מיר העלפן; דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט נחת פון אייערע קינדער און איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.