בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מען האט מורא ביינאכט
פחדים, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס אז איר האט מורא ביינאכט און איר גיי אין אייער טאטע-מאמע'ס שטוב שלאפן, דאס איז א זאך וואס זייער אסאך קינדער טוען, מען גייט אין די עלטערנ'ס צימער פון די שרעק פון ביינאכט.


טוט וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי), אז דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי פלעגט זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁקַּי יִתְלוֹנָן, אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹקַי אֶבְטַח בּוֹ", ווייל ער האט מורא געהאט ביינאכט, און דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


יעדע נאכט פאר איר גייט שלאפן זאלט איר ליינען קריאת שמע, און חזר'ט זיך איין: 'קיינער קען מיר גארנישט טון, דער אייבערשטער היט מיך, דער אייבערשטער איז מיט מיר' - וועט איר מער נישט מורא האבן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.