בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#113 - אלע עצות איז טשאדעלע באדעלע
פחדים, אמונה, אומאן, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו זוכסט עצות פאר זעלבסט זיכערקייט (סעלפ-קאנפידענס), אז דו זוכסט עצות ווי אזוי פטור צו ווערן פון די פאניק אטאקעס - זאלסטו וויסן אז אלע עצות וואס מען וועט דיר געבן, אויסער אמונה - איז טשאדעלע באדעלע. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דער רבי רעדט פון גייסטישע קרענק, 'יסורי הנפש' וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. דער רבי זאגט: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", ליידט ער נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


זינג זיך די ניגון וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט אויף די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מוהרא"ש האט דאס געמאכט ווען ער פלעגט גיין אין וואלד אין זיינע יונגע יארן רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אין וואלד, פון די חיות וכו', עס איז אים געווען שווער אין אנהויב, האט ער זיך אונטערגעזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


אזוי זאלסטו טון, זינג זיך די ווערטער, און זינג זיך נגוני אמונה, זינג צו זיך: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, דער אייבערשטער היט מיך, קיינער קען מיר גארנישט טון, עס וועט זיין גוט', חזר אמונה וועלן אוועק גיין די פאניק אטאקעס, ווייל ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה - לעבט ער רואיג.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין ניין אין דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן; פארגעס נישט צו דאווענען אויף דעם יעדן טאג, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אנקומען בשלום מיט דיינע פעקלעך און אלעס זאל אריבער גיין גרינג. אמת טאקע, מען קומט אפ גרויסע זאכן מיט טלטול הדרך, דער רבי זאגט טאקע (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "כִּי אִי אֶפְשָׁר לְקַבֵּל מֵהָרַב כִּי אִם עַל יְדֵי טְרָחוֹת וִיגִיעוֹת", מען קען נישט מקבל זיין פון רבי'ן ווען מען קומט ראש השנה נאר אויב מען איז אריבער פלאג און מוטשעניש, אבער מען דארף האבן תפילה, ווייל נאר מיט תפילה קומט מען אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - שרעקליכע פחדים און ענקזייעטי
פחדים, תפילות אויף אידיש, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נאר מיט אמונה און מיט תפילה קען מען בלייבן געזונט פיזיש און גייסטיש, און אויב חס ושלום מען לעבט נישט מיט א שטארקע אמונה, אויב מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, אז ער פירט אלעס, ער פירט די וועלט בכלליות און אויך יעדן איינעם בפרטיות, קען מען כאפן א נערווען בראך און פאניק אטאקעס, ענקזייעטי וכו'.


דעריבער בעט איך אייך זייער, שטארקט אייך מיט אמונה און תפילה, חזר'ט זיך יעדן טאג די אמונה, און בעטס דעם אייבערשטן נאר אויף די זאך, אויף א שטארקע אמונה; בעטס:


"הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף מיר איך זאל האב א שטארקע לויטערע אמונה, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, דו טוסט אלעס, גארנישט קען פאסירן פון זיך אליין; מיין געזונט, מיין לעבן, מיין מאן, מיינע קינדער וכו' – אלעס פירט זיך מיט א פינקטליכער חשבון, אלעס איז נאר פאר מיין גוטס, פאר מיין תיקון, פאר מיין תכלית.


אנא ה' העלף מיר, מאך מיך פרייליך, מאך מיך רואיג, איך האב שרעקליכע פחדים און ענקזייעטי, איך בין אין א טונקלקייט, איך הער נישט אויף זארגן, אנשטאט צו זיין פרייליך, אנשטאט צו זינגען, דאנקען און לויבן, טאנצן און שפרינגען, זיך פרייען אז איך בין א איד, זיך פרייען מיט די מצוות און מיט וואס איך טו יא – זארג איך און איך זארג, איך הער נישט אויף זיך אליין פייניגן, העלף מיר בזכות דיינע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר און פאר כלל ישראל, איך זאל זיין פרייליך און אויך פרייליך מאכן יעדן איינעם, בזכות רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו מיט זיינע הייליגע תלמידים, אמן סלה".

#111 - עצות פאר ענקזייעטי און פאניק אטאקעס
פחדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


פאר ענקזייעטי און פאניק אטאקעס איז גוט צו גיין אין מקוה און זיך טובל'ען ש"י טבילות. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן יח): "שְׁלשׁ מֵאוֹת וָעֶשֶׂר טְבִילוֹת", זיך טובל'ען דריי הונדערט און צען מאל, "מְבַטְּלִין הַפַּחַד", נעמט אוועק שרעק.


נאך א גוטע עצה אוועק צו נעמען די שרעק, "גַּם יִתֵּן מַתָּנָה לַצַּדִּיק", דורך געבן א מתנה פארן צדיק גייען אוועק די שרעק.


אויך דורך זיין געווארענט אין מאכן ברכות; פאר ברכות און נאך ברכות. ווייל דער רבי זאגט (שם, סימן יד): "מִי שֶׁאֵינוֹ נִזְהָר בְּבִרְכַּת הַנֶּהֱנִין תְּחִלָּה וָסוֹף", ווער עס איז נישט אפגעהיטן אין מאכן ברכות ביים עסן; פארן עסן און נאכן עסן – "פְּחָדִים בָּאִים עָלָיו", קומען אויף אים שרעק.


העיקר נעם אריין אמונה, חזר זיך אמונה, 'קיינער קען מיר גארנישט טון, קיינער קען מיר נישט גוטס טון און נישט שלעכטס טון, אלעס איז נאר דער אייבערשטער'; אזוי וועסטו זיין רואיג און פרייליך.

#110 - נעגל וואסער נעמט אראפ אלע פחדים
פחדים, תודה והודאה, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין זייער צופרידן צו הערן אז איר האט זיך מקבל געווען אפצוגיסן נעגל וואסער ביים בעט און דאס האט אוועק גענומען די פחדים, פאניק אטאקעס און ענקזייעטי; איר זענט שוין רואיג און פרייליך.


עס איז ממש אזוי, נעגל וואסער נעמט אראפ אלע פחדים; אזוי שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן ד', סעיף יט), אז די אלע צייטן וואס מען דארף וואשן די הענט, אויב מען וואשט נישט – האט מען אומזיסטע שרעק, מען ווייסט נישט פון וואס די שרעק קומט.


אויך דורך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן גייען אוועק די רוחות רעות; דורך זאגן טעגליך: "שכוח אייבערשטער פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, פאר אזויפיל גוטס, פאר אזויפיל חסדים".

#109 - נישט דערשרעקן קינדער מיט א חי'
פחדים, כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט וכו'; מען טאר נישט זאגן פאר קינדער "א קאץ גייט קומען", "א הונט גייט קומען", דאס איז א גרויסע סכנה; קוק אין ספר קב הישר וואו ער שרייבט דארט די גרויסע סכנה פון זאגן פאר א קינד אז א חי' גייט קומען (עיין ספר של"ה שער האותיות אות ד, סימן לב).


אז מען וויל די קינד זאל נישט נעמען פון פריזער קעיק וכו', קען מען אויסלערנען די קינדער, און זאגן נאכאמאל און נאכאמאל נישט צו עפענען אליין די פריזער, דאס איז די וועג, אבער חס ושלום דערשרעקן מיט א קאץ, מיט א הונט...


ובנוגע די פראגע וואס מען טוט אז מען גייט צו עלטערן און די באבע ווייזט פאר די אייניקלעך ווידיאוס, קליפס וכו'; דאס איז זייער א הייקעלע פראגע, ווייל עלטערן דארף מען זייער מכבד זיין, און עס איז נישט שייך מוסר צו זאגן, די ריכטיגע וועג איז, זאגן איידל און שיין אז די קינדער זענען נישט צוגעוואוינט צו דעם, זיי ווערן דערשראקן, זיי קענען נישט נאכדעם אויסהערן אין חדר, אבער חס ושלום זאגן מוסר פאר עלטערן.

#108 - האט נישט קיין שרעק, איר זענט געזונט און שטארק
פחדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


האט נישט קיין שרעק, איר זענט געזונט און שטארק. דערמאנט זיך די חסדים וואס איז אריבער די ווינטער, ווי מען האט אייך אנגעשראקן וכו', און אלעס איז אריבער בנקל ובנחת, אלעס איז אזוי גוט, זאלט איר זיך ווייטער נישט שרעקן, איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה און שמחה, און דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשָׁה, פַּחַד שׁוֹבְרוֹ", ווי שטארק דער מענטש זאל נאר זיין, קומט די שרעק און צעברעכט אים; פחדים אז מען איז נישט געזונט – קען חרוב מאכן דעם מענטש, די עצה איז – טראכטן פון באשעפער, און ווי מער מען דאנקט אים – ווערט מען רואיג אן קיין פחד.

#107 - ווען מען האט מורא ביינאכט
פחדים, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס אז איר האט מורא ביינאכט און איר גיי אין אייער טאטע-מאמע'ס שטוב שלאפן, דאס איז א זאך וואס זייער אסאך קינדער טוען, מען גייט אין די עלטערנ'ס צימער פון די שרעק פון ביינאכט.


טוט וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי), אז דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי פלעגט זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁקַּי יִתְלוֹנָן, אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹקַי אֶבְטַח בּוֹ", ווייל ער האט מורא געהאט ביינאכט, און דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


יעדע נאכט פאר איר גייט שלאפן זאלט איר ליינען קריאת שמע, און חזר'ט זיך איין: 'קיינער קען מיר גארנישט טון, דער אייבערשטער היט מיך, דער אייבערשטער איז מיט מיר' - וועט איר מער נישט מורא האבן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - איך האב נישט מורא
פחדים, אמונה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן די קליינע מעשה'לעך פאר קינדער, די קליינע גליונות פאר קינדער. איך באוואונדער דאס, איך זע אז דאס וועט מאכן א גרויסע מהפיכה צווישן די קינדער. עס איז שיין געדרוקט, שיינע אותיות מיט א שיינע בילד, און ועל כולם האט עס די תוכן פון הייליגן רבי'ן, די וועג ווי מען רעדט צו מענטשן לעובדא ולמעשה, נישט סתם א שיינע משל מיט א שיינע נמשל, נאר תכלית ווי צו לעבן, ווי אזוי אנצוגיין אין לעבן.


די וואך האב איך א שיינע מעשה פון ירושלמי וואס מען זאל טון מיט פחדים ביינאכט. דאס זאלסטו דרוקן אין די צענדליגער טויזנטער, דאס וועט זיין א גוטע גליון פאר די קינדער. ווייל רוב קינדער האבן פחדים ביינאכט, און וואס פאר א עצות מען זאל זיי נאר נישט געבן ווערן זיי נישט בארואיגט, און נאר מיט די עצות פון רבי'ן, פון חזר'ן א שטארקע אמונה - וועט אוועק גיין די פחדים.


דא האסטו די מעשה:


"טאטי ווען עס ווערט נאכט האב איך זייער שטארק מורא, אפשר קען מען לייגן א שטארקע שלאס אויף די טיר? אזוי וועל איך נישט מורא האבן".


קינד טייערער, איך וויל דיר דערציילן א שיינע מעשה. די גמרא דערציילט (ירושלמי תרומות ח, ג), דער הייליגער רבי ינאי האט זייער מורא געהאט פון שלענג, ער האט געציטערט צו גיין שלאפן ווייל אפשר וועט א שלאנג ארויפקריכן אויף זיין בעט, ער האט געטראכט אלע סארט עצות ווי אזוי ער קען זיך פארזיכערן אז א שלאנג וועט נישט אנקומען אויף זיין בעט, ער איז אויפגעקומען מיט א געדאנק, ער וועט אריינשטעלן די פיר פיס פונעם בעט אין פיר אמערס וואסער, אזוי וועלן די שלענג נישט קענען אנקומען צו אים.


איין נאכט וועקט זיך דער הייליגער רבי ינאי אויף מיט א שלאנג אין די הענט, האט ער געזאגט צו זיך: 'יעצט זע איך אז עס העלפט נישט קיין פאטענטן, נאר איין זאך העלפט, תפילה, תפילה און נאכאמאל תפילה'; דער צדיק האט געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר אז די שלענג זאלן נישט קומען אויף מיין בעט", און אזוי איז טאקע געווען, מער זענען די שלענג נישט געקומען צו אים.


קינד טייערער, לאמיר בעטן יעדן טאג די תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון די נאכט, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין הינט, פון קיין בער, פון קיין שלענג, איך זאל פון גארנישט מורא האבן, איך זאל האבן א שטארקע אמונה אז דו ביסט מיט מיר, דו היטסט מיך, דו געבסט אכטונג אויף מיר".


"טאטי, יעצט דארפסטו שוין נישט לייגן א שלאס אויף די טיר, איך גיי שוין מער נישט מורא האבן פון קיין שום זאך, ווייל איך רעד צום אייבערשטן און איך בעט אים ער זאל אוועק נעמען פון מיר די פחדים".


איך האב געבעטן מכון עצתו אמונה זאל בעטן די מעלער זאל מאכן א בילד פון א בעט און די פיסלעך פונעם בעט ליגן אין עמערס וואסער, און ווי עס קריכן שלענג אויף דער ערד, און איין שלאנג איז אויפן בעט, און ווי דער מענטש וואס ליגט אין בעט מיט ציצית, הויבט אויף די הענט אויף ארויף; ארויסברענגען די מעשה אז עס העלפט נישט קיין עצות, נאר תפילה העלפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - תורה מאכט געזונט די נפש, אלע פחדים און דמיונות גייען אוועק
פחדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


גנב'ע ארויס אין דיין פארנומענע טאג צו לערנען אביסל משניות און גמרא. דער רבי זאגט, מען דארף ארויסכאפן אין טאג, אין די פארנומענקייט – צו לערנען. דער רבי טייטשט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפד), אז די הייליגע חכמים זאגן (שבת לא.), מען פרעגט דעם מענטש: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה"? טייטשט דער רבי, 'קבע' איז א לשון פון גזילה, מען פרעגט דעם מענטש: "האסט אראפגע'גנב'עט צייט אין דיינע פארנומענקייטן צו לערנען?


תורה מאכט געזונט די נפש, מען ווערט געזונט, אלע פחדים, דמיונות – אלעס גייט אוועק. איך האב געזען אסאך מעשיות ביי בחורים און אינגעלייט וואס האבן זיך גענומען צום סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, פון לערנען כסדרן משניות און גמרא אפילו אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער, און זיי זענען נאך א שטיק צייט געזונט געווארן און באקומען א שטארקקייט, א זעלבסטזיכערקייט, פון די הייליגע תורה.


וואויל איז דעם וואס הערט זיך צו און פאלגט די עצות פון צדיק, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.

#104 - עצות פאר שרעקעדיגע חלומות
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וועגן אייערע שרעקעדיגע חלומות - איז דא איין עצה, זיין פרייליך; בעטס אייערע עלטערן זאלן אייך געבן צו הערן ווען איר גייט שלאפן - מעשיות פון צדיקים; דאס וועט אוועק נעמען אלע שרעק, ווייל מעשיות פון צדיקים מאכט פרייליך און געבט א ישוב הדעת.


בעטס אסאך דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו באקומען א מאן וואס לערנט און דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים. איר זענט נאך א יונג קינד, איר האט נאך א שיינע פאר יאר צו קענען זיך גוט אויסבעטן אויף אן ערליכער מאן. מיינט נישט אז דאס באקמט מען אומזיסט, נאר נאך אסאך תפילה און אסאך טרערן - איז מען זוכה צו א מאן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - זיי מקפיד אויף נטילת ידים, וועלן אלע שרעק אוועקגיין
פחדים, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קען זיין דיין שרעק קומט פון זיך נישט וואשן די הענט ווען מען דארף. אין שלחן ערוך שטייט (אורח חיים סימן ד', סעיף יט), ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען זיך אפגיסן די הענט, און ווען מען גייט אין בית הכסא דארף מען זיך נאכדעם אפגיסן די הענט, און ווען מען באדט זיך, און ווען מען שערט די נעגל אדער מען שערט די האר, אויך ווען מען טוט אויס די שיך, אויך ווען מען גייט צום דאקטער און מען נעמט ארויס בלוט, אדער מען גייט אין בית החיים - דארף מען זיך וואשן די הענט, און עס שטייט (שם), אז אויב מען וואשט זיך נישט די הענט, צום ביישפיל אויב מען האט זיך אפגעשוירן די נעגל און זיך נישט אפגעגאסן די הענט - באקומט מען א שרעק פאר א טאג און מען ווייסט נישט פון וואס מען שרעקט זיך, אזוי אויך אויב מען שערט זיך די האר און מען וואשט נישט די הענט - האט מען שרעק פאר דריי טעג.


זיי מקפיד אויף נטילת ידים, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א שטארקע אמונה, וועלן אלע שרעק אוועק גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - אן עצה פאר שרעק פון ביינאכט
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת בשלח, ט' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט זייער הנאה פון די נייע ניגונים, און אז די שענסטע ניגון איז די ניגון וואס איז מחזק צו געדענקען אז די מאמע איז די בעסטע פריינד, דאס איז די גרעסטע מצוה.


אויף אייער פראגע וואס איר קענט טון אז ביינאכט האט איר שרעק; בעטס אייערע עלטערן זאלן אייך געבן צו הערן ביים שלאפן גיין מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אוועק נעמען אלע שרעק, ווייל ווען מען רעדט פון די הייליגע צדיקים - ווערט ליכטיג און מען ווערט רואיג.


איך הער זייער גוטע גריסן פון אייערע טיטשערס און פון די מנהלת, איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זייער א גוט קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - אויף תפילה דארף מען אסאך חיזוק און אסאך סבלנות
פחדים, סבלנות, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז נישט גערעכט אז איר ווילט מער נישט בעטן די תפילות פון די בריוו וואס איך האב אייך געשריבן, א תפילה צו זיין פרייליך; איר זאגט עס איז שוין אזוי לאנג וואס איר בעט אויף דעם, אז איר קענט מער נישט ארויסזאגן די תפילה.


וויסן זאלט איר, מען דארף האבן אויף תפילה אסאך חיזוק און אסאך סבלנות, און אפילו מען זעט ווי עס גייט אריבער אזא לאנגע צייט וואס מען בעט און מען זעט נאך נישט די ישועה - דארף מען ווייטער מתפלל זיין און ווייטער בעטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב): "כי עיקר כלי זינו של משיח הוא התפילה", די געווער פון א איד איז תפילה, "שהוא בחינת חוטם", תפילה אזוי ווי די נאז, די נאז ווייזט אויף אריכות אפים, אויף סבלנות, מען דארף אסאך געדולד ביי תפילה, און נאר אז מען האט די געווער פון תפילה, אינאיינעם מיט אסאך סבלנות - דעמאלט קען מען אייננעמען אלעס און זוכה זיין צו ניסים.


זאגט יעדן טאג קאפיטל כט, גלייבט אין דעם, גלייבט אין רבינ'ס ווערטער אז דאס וועט אייך אויסהיילן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש, דאס וועט פארטרייבן די שווארצע וואלקענעס וואס שוועבן אויף אייך, די שווארצע וואלקענס וועלן אוועק גיין.


"מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - קינדער איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך
פחדים, קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


האט נישט מורא פון געבוירן קינדער, קינדער איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך, קינדער איז א ברכה, קינדער ברענגט שלום בית, קינדער געבט לעבן, די הייליגע חכמים זאגן (נדרים סד:) "מי שאין לו בנים", אן קינדער איז מען אזוי ווי א טויטער מענטש.


דא האט איר א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה, נעם אוועק פון מיר די אומזיסטע שרעק, איך זאל נישט האבן די נישט געזונטע מורא, איך זאל נאר מורא האבן פון דיר, ווייל איך האב אזוי מורא פון האבן קינדער און זיין א מאמע, איך האב אזא שרעק פון דעם, איך קען ממש נישט אנגיין, עס לאזט מיר נישט מנוחה.


אנא ה' רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר, געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל פון קיינעם נישט מורא האבן נאר פון דיר, איך זאל נישט זארגן טאג און נאכט, איך זאל זיך שפירן אזוי רואיג, אזוי ווי א קליין קינד אין די מאמעס שויס, איך זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#99 - אנא ה', העלף עס זאל נישט שאטן קיין שום שלעכט אויג
פחדים, קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט זיך נישט, האט נישט קיין מורא, געבט זיך איבער צום אייבערשטן און הערט נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן.


דא האט איר א תפילה צו בעטן אין די חדשים:


"רבונו של עולם איך דאנק דיך און איך לויב דיך פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, ובפרט פאר די חסד אז איך ווארט וכו'.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר און דאס קינד מיר זאלן זיין געזונט און שטארק ברמ"ח איברים ושס"ה גידים, איך זאל האבן דאס קינד בנקל ובנחת אין צייט, מיט אלע ברכות וישועות.


אנא ה', העלף עס זאל נישט שאטן קיין שום שלעכט אויג, עס זאל נישט זיין קיין קנאה אויף מיר און דעם קינד, איך זאל נישט האבן קיין שום פחד, איך זאל נאר מורא האבן פון דיר, איך זאל וויסן און לאזן אלעמען וויסן אז אלעס איז נאר פון דיר, אלעס איז נאר גוטס, ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם,
אמן כן יהי רצון, אמן ואמן".

#98 - תפילה איז שטערקער פון פעלזן
פחדים, אמונה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס דעם אייבערשטן אז די פחד זאל פון אייך אוועק גיין און איר זאלט קענען אנגיין מיטן לעבן, ווייל תפילה איז די שטערקסטע זאך אויף די וועלט, שטערקער פון פעלזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#97 - חיזבאלא, כאמאס, איראן; קיינער קען גארנישט טון
פחדים, אמונה, תהלים, נייעס, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ג אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די עצה פטור צו ווערן פון די שטארקע פחדים - איז נאר אמונה; חזר'ן נאכאנאנד 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך, דער אייבערשטער מאכט אלעס, דער אייבערשטער טוט אלעס; קיינער קען נישט טון נאר וואס דער אייבערשטער הייסט, נישט חיזבאלא, נישט כאמאס, נישט איראן, קיינער קען גארנישט טון נאר אז דער אייבערשטער זאגט'.


אויב איר האט שטארקע שרעק פון די נייעס – זאלט איר נעמען א תהלים און זינגען די ווערטער פון דוד המלך, ווי ער זינגט צום אייבערשטן (תהלים קיח, ו): "ה' לִי לֹא אִירָא, מַה יַּעֲשֶׂה לִי אָדָם", דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, איך האב נישט מורא, וואס קען מען מיר טון; ווען עס כאפט אייך אן א שרעק זינגט די ווערטער פון דוד המלך (שם נו, ד): "יוֹם אִירָא", אין דעם טאג וואס איך האב מורא, "אֲנִי, אֵלֶיךָ אֶבְטָח", פארזיכער איך זיך אין דיר אייבערשטער, זינגט די ווערטער (שם, ה): "בֵּאלֹקִים בָּטַחְתִּי", אינעם באשעפער פארזיכער איך זיך, "לֹא אִירָא", איך האב נישט מורא, "מַה יַּעֲשֶׂה בָשָׂר לִי", וואס קען מיר דען א מענטש טון.


די בעסטע היילונג פאר שרעק איז זינגען צום אייבערשטן ווערטער פון אמונה, ווערטער פון תהלים, ווי דוד המלך זינגט (שם כג, ד): "גַּם כִּי אֵלֵךְ בְּגֵיא צַלְמָוֶת", אויך ווען איך גיי אין א טונקעלע טאל, אין א שרעקעדיגע פלאץ, "לֹא אִירָא רָע", האב איך נישט מורא פון קיינעם, "כִּי אַתָּה עִמָּדִי", ווייל דו ביסט מיט מיר; דוד המלך איז אנטלאפן אין מדבר ווען די אראבער האבן אים געוואלט הרג'ענען, דארט אין די פינסטערע מדבר האט ער געזינגען די ווערטער צום אייבערשטן.


בעטס אייערע לערערינס זאלן רעדן צו ענק מער פון אמונה, ווייל נאר אמונה איז די עצה פאר פחדים; ווי מער מען נעמט אריין אמונה אז אלעס איז דער אייבערשטער - גייען אוועק די פחדים.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהילים קאפיטל כט. דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש, דאס מיינט מען פאניק אטאקעס וכדומה.


"מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


איך האף צום אייבערשטן אייערע פחדים וועלן פון אייך אוועק גיין, איר וועט קענען לעבן א רואיגע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - אלע פחדים און דמיונות ווערן פארשווינדן מיט אביסל אמונה
פחדים, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אמונה איז די שטערקסטע און בעסטע רפואה – סיי פארן גוף און זיכער פארן נפש, אלע פחדים און דמיונות, אלעס – ווערט פארשווינדן מיט אביסל אמונה.


חזר זיך שטענדיג: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז אין יעדע ארט, דומם צומח חי און מדבר – אלעס איז ער אליינס'; דאס וועט דיר געבן כח און מח אנצוגיין אין יעדע מצב.


האלט טייער דיין ווייב תחי', דו האסט באקומען א טייערע ווייב, זי האט געלערנט ביי אונז אין 'בית פיגא', זי איז זייער טייער, זייער וואויל; זאלסטו איר נאר אויפבויען און געבן אסאך גוטע ווערטער, און דו וועסט זוכה זיין צו זען שיינע דורות.

#95 - איך האב מורא ביינאכט
פחדים, תפילות אויף אידיש, מזוזה, אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויגש, עשרה בטבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה נישט מורא צו האבן ביינאכט - איז חזר'ן אמונה; זינגט זיך אונטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז איבעראל, ער היט מיך, ער איז מיט מיר, קיינער קען מיר גארנישט טון, עס קען גארנישט פאסירן"; חזר'ן אמונה איז די איינציגסטע עצה די שרעק זאל אוועק גיין.


ווען איר גרייט זיך צו גיין שלאפן - זאלט איר קישן די מזוזה און בעטן ביי די מזוזה: "הייליגער באשעפער היט מיך, און נעם אוועק פון מיר די שרעק".


א גוט שבת.

#94 - אמונה איז די בעסטע מעדעצין, בעסטע ווייטאמין, און בעסטע היילונג
פחדים, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


פאר אייערע פחדים, פאר אייערע שרעק – איז דא נאר איין עצה: "אמונה"; זיך חזר'ן די אמונה אז 'קיינער קען מיר גארנישט טון, עס קען מיר גארנישט פאסירן, נאר וואס דער אייבערשטער מאכט און וויל'.


ווען איר שפירט עס כאפט אייך אן די שרעקליכע שרעק, איר פאלט אריין אין א פאניק – זאלט איר זאגן הויך אויפן קול: "דער אייבערשטער איז דא", "דער אייבערשטער היט מיך", "דער אייבערשטער איז דא"; זאגט עס אן א שיעור מאל, הונדערט און טויזנט מאל נאכאנאנד; דאס וועט אייך אויסהיילן.


אמונה איז די בעסטע מעדעצין, די בעסטע ווייטאמין, דאס איז די בעסטע היילונג.


ליינט דעם בריוו יעדן טאג.


 

#93 - ווען מען גייט אויס פון שרעק און עס טרעט צו צום געזונט
פחדים, אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאן.


אייער מאן דערציילט וואס איר גייט אריבער אין די טעג זייט עס האט זיך אנגעהויבן די מלחמה, ווי איר גייט אויס פון שרעק, און עס טרעט ממש צו צום געזונט; ער פרובירט רעדן מיט אייך דבורי אמונה, און נאכאלץ זענט איר אין א שווערע מצב.


איך בעט אייך זייער, נעמט אריין אמונה, און זייט אייך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, נאר אזוי וועט איר זיך בארואיגן און קענען לעבן, נאר אמונה איז די עצה.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא י.): "גוף קשה, פחד שוברו", א שטארקע מענטש ווערט צעבראכן פון שרעק; עס קען זיין דער שטערקסטער מענטש, ווי נאר ער הויבט אן האבן שרעק - ווערט ער דער שוואכסטער, און נאר מיט חזר'ן אמונה, זינגען ווערטער פון אמונה - נאר דאס מאכט שטארק.


אייערע ליפן זאלן א גאנצע צייט שעפשען די ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך", אזוי אויך די ווערטער: "קיינער קען מיר גארנישט טון, נאר אז דער אייבערשטער הייסט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - פארמאכן די מויל און די אויגן, וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט
פחדים, אמונה, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן און זיינע תלמידים וואס לערנען אונז עצות ווי אזוי צו קענען אנגיין אין לעבן, זיך נישט פארלירן, בלייבן שטארק, בלייבן פרייליך.


דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, (שיחות הר"ן, סימן רעט) פעם אחת אמר לי בזו הלשון: "און אז עס איז שוין גאר שלעכט - איז מען זיך גאר מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "איך מבטלין עצמו", ווי אזוי איז מען זיך מבטל צום אייבערשטן? האט דער רבי געענטפערט: "מען פארמאכט דאס מויל און די אויגן, איז בטול", דאס איז די עצה ווען דער יצר הרע איז זיך מתגבר אויפן מענטש מיט שלעכטע מחשבות און בלבולים - זיך מבטל זיין אינגאנצן צום אייבערשטן, זיך פארמאכן די מויל און די אויגן, וויסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער מאכט אלעס נאר פאר אונזער גוטס.


מארגן וועט אם ירצה ה' זיין א שיעור, מען ווען זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן ווי אזוי אריינצוברענגען דעם יום טוב בשמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 


 


 


 


 

#91 - די גרעסטע צרה איז ווען מ'פאלט אריין אין א פאניק
פחדים, אמונה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


שטארקט אייך מיט אמונה, ווערט נישט פארלוירן און געבט אכטונג אין שטוב אויף די משפחה אויף די קינדער מען זאל נישט אריינפאלן אין א בהלה. מען האט יעצט הושענא רבה געבעטן: "הושענא, נפש מבהלה הושענא"; דאס איז די גרעסטע צרה, אז מען פאלט אריין אין פאניק.


מיר זענען אלע מתפלל אז אלע וואס זענען ליידער געשעדיגט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה און די געפאנגענע זאלן באפרייט ווערן.


די אלע וואס בארומען זיך 'אונזער מיליטער, אונזערע טאנקען, אונזערע שפיאנען'; יעצט זעט מען ווי פארשעמט זיי זענען, נישטא קיין כוחי ועוצם ידי, "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר, שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר" (תהלים קכז, א), מיר דארפן זיך פארלאזן נאר אויפן אייבערשטן, נאר ער איז אונזער היטער.


אשרינו אז דער רבי לערנט אונז א גאנץ יאר די ריינע אמונה און ווען עס קומט שווערע טעג - דעמאלט זעט מען אז די אלע וואס רעדן צום אייבערשטן און לערנען דעם רבינ'ס ספרים זענען נישט קיין פליטעס, מען איז נישט פארלוירן, מען האלט זיך שטארק, מען בלייבט מיט א ישוב הדעת, און אנדערע וואס האבן נישט קיין צדיק אמת ווייסן נישט ווי זיך צו רירן אין לעבן מרוב פחד ובהלה; דאס דארף אונז געבן א שטופ צו גיין הפצה, פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, עצות - פאר אלעמען.


איך דארף מקצר זיין.

#90 - האב נישט מורא
פחדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב יעצט ערהאלטן דיין הודעה.


האב נישט מורא, דו וועסט האבן גרויס הצלחה. זיי שטארק און גיי ארום מיט א שמייכל.


איך בעט פאר דיר.


א גמר חתימה טובה.

#89 - זינג 'אין עוד מלבדו'
פחדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב', שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ד לפ"ק


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט ארייננעמען די אמונה אין זיך, איר וועט טראכטן 'אין עוד מלבדו, דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס, ער מאכט אלעס, עס פאסירט גארנישט אליין' - דאס וועט אייך בארואיגן, איר וועט ארויסגיין פון אלע פחדים.


ווען עס קומען אריין מחשבות און עס דערשרעקט אייך; אנשטאט זיך שלאגן מיט די מחשבה, 'עס גייט יא זיין', 'עס גייט נישט זיין', 'אבער אפשר גייט עס יא זיין?' 'אבער זיכער גייט עס נישט זיין' 'אבער זעסט דאך אז עס קען יא זיין וכו' וכו'' איז די עצה 'זיך נישט שלאגן מיט די מחשבות'; ווייל דער יצר הרע פון טראכטן שלעכט איז זייער א שלעכטע יצר הרע, און מען קען אים נישט באזיגן. די איינציגסטע עצה איז אנהויבן זינגען 'אין עוד מלבדו, דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס און איך דארף זיך נאר איבערגעבן צו אים, און ער מאכט אלעס דאס בעסטע'.


חזר'ט זיך אמונה, זינג'ט זיך אמונה, וועלן אלע שלעכטע מחשבות אוועקפליען.


א פרייליכן שבת.


א גמר חתימה טובה.