בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מען איז פרייליך, איז מען אן אויסגעלייזטער
שמחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייערע פראגעס.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו שמחה. שמחה איז 'עולם החירות', ווען מען איז פרייליך איז מען אן אויסגעלייזטער, מען גייט ארויס פון די אייגענע גלות, די מח ווערט פריי. אויב מען איז נישט פרייליך קען מען גארנישט טון, מען איז נישט בעל הבית אויף זיך, די מחשבות בוזשעווען און פייניגן דעם מענטש זעלבסט.


דעריבער זעט מען אז אין רוב תשובות אין שאלות ותשובות ברסלב ענטפערט מוהרא"ש די זעלבע ענטפער, אויף אפאר טויזנט פראגעס איז דא כמעט די זעלבע ענטפער. מוהרא"ש הויבט אן מיט די ווערטער: "דיין גאנצע פראבלעם איז ווייל דו ביסט נישט פרייליך, וואלסטו געווען פרייליך וואלסטו נישט געהאט דעם פראבלעם"; זעט מען פון דעם אז מוהרא"ש וועלכער האט איבער פופציג יאר עוסק געווען בתיקון העולם, אויסגעהערט יעדן צעבראכענעם הארץ טאג און נאכט - געזען, געהערט און פארשטאנען אז אויף אלע פראגעס, פראבלעמען און זארג איז דא איין ענטפער: "שמחה"; אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס פון גלות.


יעצט פרעגט זיך איין פראגע, אויב אלעס איז געוואנדן אין זיין פרייליך - ווי אזוי ווערט מען פרייליך? ווי איז מען זוכה צו שמחה? דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "עַל יְדֵי מַה שֶּׁמּוֹצֵא בְּעַצְמוֹ אֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבָה", דורכדעם וואס מען טרעפט אין זיך עפעס גוטס, מען טראכט פון גוטע זאכן וואס מען טוט, מען טראכט פון דעם אז מען איז א איד, מען איז באשאפן געווארן א איד - דורכדעם ווערט מען פרייליך, און אז מען איז פרייליך האט מען שוין אלעס.


א כתיבה וחתימה טובה.