בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען א קינד חוצפה'ט זיך
חינוך הילדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חינוך איז נישט קיין גרינגע ארבעט, חינוך איז פון די עבודות קשות שבמקדש, מען דארף רעדן און רעדן צו די קינדער, זיי מחנך זיין מיט דרך ארץ, מיט גוטע מידות.


אז דיין קינד זאגט: "וואס בין איך שולדיג אז איך בין געבוירן ביי די שטוב וואס מען דארף פאלגן?" ער זאגט: "איך וויל נישט פאלגן", זאלסטו נישט שוואך ווערן און שלאגן, נאר זאגן נאכאמאל: "מען רעדט נישט אזוי צו א טאטע, מען רעדט נישט אזוי צו א מאמע", און ווייטער ליב האבן דאס קינד און ווייטער אנגיין מיטן לעבן, און אז דאס קינד חוצפה'ט זיך ווייטער - דארף מען אמאל געבן א פאטש (דאס איז נאר אמאל אמאל, און נאר א פאטש, נישט קיין פעטש), און ווייטער זאגן מיט סבלנות, לערנען ווי אזוי מען רעדט צו עלטערן; אז דער אייבערשטער זאגט מען דארף רעדן מיט דרך ארץ.


איך בין זיכער דו האסט שוין געהערט די מעשה צענדליגער מאל, וואס מוהרא"ש האט דערציילט. א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


איך האב דיר ליב און איך פריי זיך יעדעס מאל ווען איך זע דיך און איך פריי זיך יעדעס מאל דו שרייבסט מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.