בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען מען האט קליינע קינדער אין שטוב, איז רצון השם זיי אויפציען
חיזוק פאר פרויען, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


"לַכֹּל זְמָן וְעֵת לְכָל חֵפֶץ תַּחַת הַשָּׁמָיִם" (קהלת ג, א), יעדע זאך האט זיך זיין צייט; יעצט ווען איר האט קליינע פיצלעך קינדער - איז אייער עבודות השם - זיין מיט זיי אין שטוב; זיך שפילן מיט זיי, שמועסן מיט זיי; דאס איז יעצט אייער עבודות השם, אלעס אנדערש איז נישט קיין עבודות השם; גיין הפצה, אדער גיין צו שיעורים וכדומה - איז זייער גוט ווען מען האט נישט די קינדער אין שטוב, אדער אין די צייט וואס די קינדער שלאפן וכדומה; אז די קינדער זענען אין שטוב, די קינדער זענען אויף - איז דער ווילן פונעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט זיי; מען דארף אלץ טראכטן 'וואס איז יעצט רצון השם?' און דאס זאל מען טון.


דער אבני נזר זכותו יגן עלינו האט אמאל זיך איבערגעשטרענגט, ביז דער דאקטער האט אים געזאגט אז ער טאר נישט לערנען פאר א שטיק צייט; ער איז געווארן זייער צעבראכן און ער איז געגאנגען צום קאצקער רבי זכותו יגן עלינו. האט אים דער צדיק געזאגט, עס שטייט אין די תורה (במדבר לא, כה) דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו ער זאל ציילן וויפיל בהמות עס איז געווען פון די שלל פון מדין, וויפיל אייזלען, וויפיל אקסן; שטעלט זיך א פראגע, משה רבינו זאל ציילן אייזלען? ציילן אקסן? משה רבינו, דער רבן של ישראל גייט ארום ביי אלע שטיבער און ציילט בהמות?! נאר וואס דען, מען טוט וואס דער אייבערשטער הייסט; יעצט זאגט דער אייבערשטער 'געב די תורה פאר די אידן' - טוט ער דאס, 'יעצט צייל בהמות' - טוט ער דאס; ער האט אים מיט דעם מחזק געווען, אז יעצט דארף מען זיך אפרוען, דאס איז רצון השם; טוט מען דאס.


אזוי אויך ביי אידישע מאמעס; ווען מען האט קליינע קינדער אין שטוב איז רצון השם זיי אויפציען, און שפעטער ווען מען האט שוין עלטערע קינדער - קען מען גיין אין שול דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.