בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.
לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון "הפצה"; ווי מער דו וועסט עוסק זיין אין "הפצה", וועסטו מער און מער מצליח זיין.
ווער נישט באליידיגט ווען מענטשן זאגן: "איך דארף נישט"; נישט יעדער מענטש מיינט שלעכטס, עס איז נישט געפערליך ווען מענטשן נעמען נישט די ספרים. אויב איינער זאגט "איך דארף נישט", פרעג יענעם אויב ער וויל געבן פאר צדקה, בעט אים שיינערהייט צדקה.
אויב איינער געבט צדקה און מאכט חוזק פון ברסלב, ער פארשעמט די ספרים, זאלסטו צוריק געבן דאס געלט, נעם נישט קיין איין פרוטה פון אן עזות פנים.
מוהרא"ש זאגט: "ווער עס רעדט אויף די ספרים וואס פארשפרייטן אמונה והתחזקות איז א סימן אז דער מענטש איז א בעל עבירה, אנדערש וואלט ער נישט גערעדט אויף ספרים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן".
געדענק, דו קענסט נעמען צדקה אפילו פון די וואס נעמען נישט די ספרים, אבער פון אן עזות פנים זאלסטו שטיין ווייט. טענה זיך נישט מיט אים און האב נישט מיט אים קיין מגע ומשא.
ביים סוף וועלן אלע קומען צום רבי'ן; ווען עס הייבט אן איבערצוגיין שווערע צרות דעמאלט דארף מען האבן דעם רבי'ן צו קענען לעבן. וואויל איז דעם וואס גרייט זיך אן מיט גוטע הקדמות איידער עס איז צו שפעט.