בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווער נישט פארלוירן ווען זאכן גייען נישט ווי געפלאנט
הכרת הטוב, מסודר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ב תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן אריין נעמען די קינדער ביי דיר אין שטוב פאר די זומער וואכן; עס איז זייער א גרויסע זאך וואס דו האסט געטון, מנדב זיין דיין דירה פאר די קינדער דורכאויס די זומער וואכן.


ווען מען איז מקיים א מצוה בפרט ווען מען שטרענגט זיך אן, מען טוט א מצוה און עס קומט אן שווער - דארף מען עס טון בשמחה, ווייל אויב מען טוט עס נישט מיט שמחה איז דער מצוה פעלערדיג. די שכר וואס מען באקומט אויף מצוות און מעשים טובים איז אויף די חשק און פרייליכקייט.


ווער נישט פארלוירן ווען זאכן גייען דיר נישט ווי געפלאנט; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב): "וְזֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִים שֶׁלִּפְעָמִים הוֹלֵךְ לְהָאָדָם שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", דאס וואס מען זעט אז אלעס גייט פארקערט ווי מען וויל, "שֶׁאוֹמֵר: אֲנָּא אֶמְלֹךְ, בָּזֶה הוּא מְחַלֵּק וּמַפְרִיד אוֹתָהּ מֵהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דאס קומט צוליב דעם וואס דער מענטש זאגט: "איך וויל!" און ער טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁהוּא מְחַלֵּק אֶת מַלְכוּת לְעַצְמוֹ, אֲזַי הוֹלֵך לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר", און אז מען טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן גייט אלעס פארקערט ווי מען וויל; ווען א מענטש איז זיך מבטל צום אייבערשטן, ער זאגט פאר'ן אייבערשטן: "איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין ווילן" - דעמאלט הייבט אלעס אן גיין אין די גוטע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.