בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר; ווער נישט צעבראכן אז די מיידל האט געזאגט אז זי וויל נישט גיין ווייטער מיט'ן שידוך. דו לערן ווייטער פלייסיג די הייליגע תורה און גיי ווייטער ארום מיט א שמייכל וועסטו בקרוב טרעפן דיין באשערטע זיווג.
ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל - בעפאר'ן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב - זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי דעמאלט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה) אז אלע זענען זיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש; אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט למעשה. קוק דעם לשון פון רבי'ן: "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה", אמאל פארט מען שוין צום שידוך, מען טרעפט זיך און מען מיינט אז עס גייט שוין ווערן, און צום סוף ווערט עס נישט, דארף מען וויסן אז דאס איז אויך געווען א שידוך.
איך בעט דיר זייער, גיי צוריק אין ישיבה לערנען ווייטער דיינע שיעורים כסדרן, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן אז דו וועסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.