בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
וויסן זאלסטו אז איך בעט פאר דיר כסדר און איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר גוט.
דערמאן זיך די ברען און חיות וואס דו האסט געהאט אלץ בחור ווען דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; עס איז געווען ביי דיר ביטול הבחירה. דו ביסט געווען אזוי פרייליך אז דו האסט יעדן איינעם פרייליך געמאכט; אלע בחורים האבן באקומען חיות פון דיר, מיט וועם דו האסט גערעדט האסטו יענעם מחזק געווען, זאלסטו היינט אויך אזוי טון; אפילו עס גייט אריבער אויף דיר וכו' זאלסטו ווייטער מחזק זיין יעדן איינעם.
איך האב געהערט פון אנשי שלומינו זייער א שיינע געדאנק. אז א מענטש איז פונקט ווי א ווייער, אויב איז ער מחובר צו לעקטער קען ער ווייטער טראגן לעקטער, דאס הייסט אז אלע מענטשן וואס וועלן זיך אנכאפן אין אים וועלן לייכטן און זיין לעבעדיג, אבער אויב ער איז זיך מנתק, ער טשעפעט זיך אפ פון די לעקטער, דאן איז ער א פשוט'ע שטיקל טויטע ווייער וואס מען קען גארנישט האבן נוצן פון אים.
אזוי אויך, ווען א מענטש איז מחובר צום רבי'ן, ער לערנט דעם רבינ'ס ספרים דעמאלט האט ער אין זיך לעקטער – חיות, קען ער געבן פאר אלעמען חיות, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "כָּל מִי שֶׁיִּיגַע וְיִתְחַבֵּר לְאֶחָד מֵאַנְשֵׁי-שְׁלוֹמֵנוּ, בְּוַדַּאי יִהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", יעדער מענטש וואס וועט זיך באהעפטן מיט אנשי שלומינו וועט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, "וְלֹא אִישׁ כָּשֵׁר בִּלְבַד אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיק גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁאֲנִי רוֹצֶה", נישט סתם אן ערליכער איד נאר אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכב): "מִי שֶׁיִּתְקָרֵב לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמִי, וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁרַק יִגַּע בָּהֶם, בְּוַדַּאי יִהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", ווער עס וועט מקורב ווערן צו איינער פון אנשי שלומינו, אפילו ער וועט נאר אנרירן - דאס הייסט ער וועט נאר האבן עפעס שייכות מיט אים - וועט ער שוין זיין אן ערליכער איד.
דאס זעט מען ממש בחוש ביי ווער עס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, בפרט די ספרים פון מוהרא"ש וואס האט גענומען די ספרים פון רבי'ן און דאס אזוי אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, אזעלכע שיינע פשוט'ע ליכטיגע דיבורים וואס מען הערט נישט ביי קיינעם אין דער וועלט, דער מענטש ווערט ממש ווי א ווייער וואס איז מחובר צו לעקטער, יעדער וואס האט נאר שייכות מיט אים באקומט חיות פאר זיין זאך; זאל דער מענטש זיין דער פשוט'סטער איד, אויב איז ער אנגעהאנגען אין א צדיק, ער טראכט פונעם צדיק, ער לעבט מיטן צדיק - איז ער אזוי ווי א ווייער וואס טראגט לעקטער פאר טייערע מאשינען. אלע זענען זיך מחי' מיט דעם ווייער; דער ווייער פאר זיך איז טאקע גארנישט מיט נישט, א פשוט'ע שטיקל דראט ארום גענומען מיט א צודעק פון פלעסטיק, אבער אז ער איז מחובר לטהור האבן אלע נוצן פון אים.
דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, קום אמאל ארויף אין ישיבה וואו דו האסט פארברענגט דיינע יארן און קום הערן ווארימע ווערטער פון רבי'ן. באניי זיך; דערמאן זיך די צייטן ווען משניות איז געווען א חלק פון דיין לעבן, ווען תהילים איז געווען א חלק פון דיין לעבן.
דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", עס וואונדערט מיר ווי אזוי א מענטש קען אפלאזן אזא באליבטע חבורה ווי מיר האבן.
נעם אן מיינע ווערטער וואס קומט ארויס פון מיין הארץ - צום גוטן.