בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#303 - א דורכפאל, א נאר, אן אומגעלונגענער
התחזקות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דער רבי האט פאר אונז א וועג, א נייעם וועג, זיך נישט מייאש זיין; אפילו עס גייט אריבער שווערע צייטן – זאל מען זיך שטארקן און זיך נישט נאכלאזן.


אז דו ווילסט ארויסברענגען אין איין ווארט די ברסלב'ע חסידות, איז דאס איין ווארט: "התחזקות", זיך שטארקן און דערהאלטן, און אפילו אלעס גייט מיטן פיטום אראפ, קאפויער – איז מען ווייטער פרייליך, מען זינגט און מען טאנצט.


איך בעט דיר זייער ברודער, שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך אפילו זאכן גייען פארקערט ווי דו ווילסט, אפילו דו שפירסט זיך א דורכפאל, א נאר, אן אומגעלונגענער, זאלסטו זיך מקשר זיין צום רבי'ן, פאלגן די עצות, ובעיקר זיין פרייליך; וועסטו אלעס דורכגיין בשלום.


גרוס יעדן איינעם אין שול, ווארט נישט מען זאל דיר גריסן, דו הייב אן.

#302 - ברסלב איז פארשעמט
חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס עס איז דא מחלוקת אויפן רבי'ן און זיינע תלמידים; דער רבי האט שוין גערעדט דערפון, דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן צג), די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:), דאווענען איז די העכסטע זאך פון די וועלט, "וּבְנֵי אָדָם מְזַלְזְלִין בָּהֶם", און מענטשן טוען גרינגשעצן אין דעם; האט דער רבי געזאגט, מיין זאך איז דאווענען, מיין זאך איז התבודדות ותפילה, דערפאר טוען מענטשן שפעטן פון רבי'ן, פארשעמען און קריגן, ווייל זיין גאנצע זאך איז תפילה וואס איז ברומו של עולם, ובני אדם מזלזלין בהם, והבן.


טענה נישט מיט קיינעם, זיי נאר ממשיך מיט די עצות פון רבי'ן, לערן שיעורים כסדרן בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד וואס ווערט אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן (סימן ע"ו), ווי דער רבי זאגט אז ביים לערנען זאל מען דער עיקר זאגן די ווערטער, מען זאל זיך נישט מבלבל זיין אויב מען פארשטייט נישט דאס לערנען.


אויך זאלסטו יעדן טאג נעמען אפאר מינוט און זיך מתבודד זיין, גיי אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, בעט אים ער זאל דיר געבן א וועג ווי אזוי אים צו דינען וכו' וכו'.


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער, זיי פירן זיך זייער איידל מיט יראת שמים, זיי לערנען פלייסיג און דאווענען מיט א חיות.

#301 - קוק אין דיין האנט, וואס באקום איך פון רבי'ן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א גרויסע פלא אז דו הערסט אויס האטליינס וואס שטעלן זיך אהער כלומר'יש צו זיך אננעמען פארן רבינ'ס כבוד, און נאכדעם באקומסטו חלישות הדעת ווען דו הערסט ווי מען איז מבטל היכל הקודש וכו'.


עס איז מיר א וואונדער אויף תלמידי היכל הקודש אז מען זוכט נאך תירוצים צו פארענטפערן וכו' וכו'; מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי מען זאל צו גיין צו די סארט טענות, ווען מען האלט פאר 'היתכן דו לערנסט ספרי ברסלב, אמער דער האט נישט געהאלטן און יענער האט נישט געהאלטן וכו'?' מוהרא"ש האט אונז געברענגט צו אזא גדלות המוחין מיר זאלן ענטפערן (נישט יענעם, נאר זיך אליינס זאגן): "אפילו מען וועט אראפברענגען שטיקער פייער פון הימל, מלאכים וועלן שרייען אז מען טאר נישט אריינקוקן אין די ספרים און קונטרסים וועל איך זיי נישט אויסהערן, ווייל אז איך האב געפונען ספרים און קונטרסים וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה, קען קיינער אין דער וועלט מיך נישט אפהאלטן"; און אזוי איז געווען ביי מוהרא"ש אליינס, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן איז ער געווארן א ברענעדיגע פאקל, און זיין טאטע איז געווארן דערשראקן (דעמאלט איז ברסלב נישט געווען באקאנט אין די וועלט, מען האט געמיינט אז מען דארף זיצן שבעה אויב די קינד לערנט ברסלב'ע ספרים), ער איז ארומגעלאפן צו צדיקים מיט מוהרא"ש, זיי זאלן אים זאגן ער זאל נישט לערנען די ספרים, און מוהרא"ש מיט זיין עזות דקדושה האט געזאגט: "ווי קען מען מיר זאגן אפצולאזן די הייליגע ספרים וואס ברענגען מיך נאנט צום אייבערשטן? ווי קען איך אויסהערן ווען מען רעדט מיך אפ פון לערנען ספרי ברסלב ווען דייקא די ספרים מאכן מיך לערנען און דאווענען און זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן? אפילו מען וועט מיר ברענגען שטיקער פייער פון הימל, מלאכים ושרפים חיות ואופנים וואס וועלן מיך אפרעדן - טאר איך זיי נישט צוהערן, ווייל אז איך האב געפונען א רבי וואס געבט מיר אמונה, א קלארע לויטערע אמונה צו לעבן מיטן אייבערשטן, אטעמען אייבערשטן, גיין מיטן אייבערשטן, א רבי וואס מאכט מיך לערנען כל התורה כולה, א רבי וואס מאכט מיך טון מצוות מיט שמחה - וועל איך קיינעם נישט אויסהערן".


מיר איז א וואונדער דאס וואס דו שרייבט מיר אז דו רופסט האטליינס וכו'; וואס איז דא צו הערן? וואס איז דא נאכן טועם זיין פון די יין המשומר? דער רבי האט דאך געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס): "ווער עס האט מיך טועם געווען אים קען מען שוין נישט פארנארן", און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, זיך נישט לאזן נארן; די וועלט נארט, לאזט אייך נישט נארן"; איז וואס איז דאס אז תלמידי היכל הקודש האבן בכלל א רייץ צו רופן האטליינס וכו' און צו קוקן דרשות ווי דער פארענטפערט און יענער פארענטפערט; דאס אריינגיין בטוען ונטען מיט די סארט מחשבות איז נישט גוט, דאס צעקלאפט און צעברעכט דעם מענטש, ביז מען ווערט צומישט און צע'חוש'ט.


ליבער ברודער מאך זיך א חשבון וואס דער הייליגער רבי געבט דיר, גיי א שפאציר אינדרויסן פון געגנט אין א ליידיגע גאס, און זאג: "הייליגער באשעפער איך ווייס דאך יא דעם אמת ווער איך בין און וואס איך בין געווען איידער איך האב געפונען דעם הייליגן רבי'ן, איז וואס גייט מיר אן וואס מען רעדט, וואס גייט מיר אן וואס מען זאגט? וואס ווער איך שוואך ווען מען זאגט מיר אז דער האט יא געהאלטן און דער האט נאר געהאלטן למחצה ולשליש, לאמיך קוקן אין מיין האנט - וואס האב איך מרוויח געווען? וואס האב איך פארדינט? וואס באקום איך פון דעם רבי'ן?"


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#300 - לערנען פלייסיג די שיעור הלכה
חסידות ברסלב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


זע צו לערנען פלייסיג די שיעור הלכה, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט), א איד מוז לערנען יעדן טאג הלכה; מען קען זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט הלכה, מען פאלגט דעם רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#299 - געבן שאטס פאר קינדער
חסידות ברסלב, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


בנוגע געבן שאטס פאר קינדער; יעצט זענען נעבעך אוועק אפאר קליינע קינדער אין ירושלים עיר הקודש פון די מחלה מיזעלס, מען זעט קלאר וואס דער רבי האט געזאגט מיט איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ווער עס געבט נישט שאטס פאר די קינדער – איז א רוצח.


אינטערעסאנט איז, אין ברסלב אין מאה שערים וואס מען טוט אלעס וואס דער רבי זאגט – זאל מען האבן אזעלכע חכמות רחמנא לצלן.


אויך ביי אונז אין שטעטל זענען דא טייערע וואוילע משפחות וואס אלעס טוט מען וואס דער רבי זאגט, ביז געבן שאטס פאר די קינדער.


וואויל איז דעם וואס פאלגט די תורה, פאלגט וואס די צדיקים זאגן, און גייט נישט נאך די אייגענע שכל.

#298 - א ריינע הארץ, א פארגינערישע הארץ, א ברסלב'ע הארץ
חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אויף די פיינטשאפט צווישן ברסלב'ע חסידים, וואלטן מיר זיך ליב געהאט וואלטן מיר געקענט ברענגען די גאולה. וואס דארף מען זיך קריגן? וואס איז שלעכט אז עס איז דא כמה חבורות וכמה כיתות? דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אעשה מכם כיתות כיתות", איך וועל מאכן פון ענק גרופעס גרופעס; עס איז דאך אזוי שיין און זיס צו זען ווי יעדער האט זיך זיין נקודה ביים צדיק, פארוואס זאל מען זיך נישט ליב האבן? פארוואס זאל מען זיך נישט קענען ליידן?


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שם, סימן רצב): "די וועלט וועט זיך ווינדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך", און מוהרא"ש זאגט, יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דער דיבור נאכנישט; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל זיך פארגינען איינער דעם צווייטן.


מען דארף אסאך שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל א גוטע הארץ, א ריינע הארץ, א פארגינערישע הארץ, א לב בשר, א ברסלב'ע הארץ"; ווי דער רבי זאגט (שם, סימן שלט), אז לעתיד לבוא וועלן אלע אידן זיין ברסלב'ע חסידים, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לו, כו): "ונתתי לכם לב בשר".


איך בין אביסל פארנומען אין די טעג, מיין ווייב איז זיך געגאנגען אפרוען, איך בין יעצט מיט די קינדער סיי דער טאטע סיי די מאמע, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#297 - שעצן דעם מאן, נישט קיין חילוק וואס ער איז
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


נאכדעם וואס ענק זענען געווען ביי מיר און איך האב געזען אז די מצב אין שטוב איז נישט גוט, ענקער שלום בית איז זייער זייער נישט גוט. איך האב שפעטער גערעדט מיט אייער מאן, ער האט געוויינט צו מיר אז ער וויל אזוי שטארק האלטן די שטוב מיט די זיסע ליכטיגע קינדער, זיי זאלן נישט ווערן פארוואגלט; וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט פרובירן צו טוישן איין זאך פון אייך, די וועג ווי אזוי איר רעדט צו אים, און אפילו ער טוט געפערליכע זאכן - זאלט איר רעדן בדרך כבוד, אזוי וועט מען קענען ראטעווען די שטוב.


איך האב ביי מיר אפאר בריוו פון אונזער זיידע ר' חיים מענדל כהן עליו השלום, ווי ער שרייבט פאר איינע פון די טעכטער (קען זיין גאר פאר ...): "עס איז דא א פאלשע טעות ביי פרויען, אז דאס ענין פון האלטן בכבוד דעם מאן - איז שייך נאר ווען ער איז א באוואוסטער תלמיד חכם און אן אנגעזעענער פערזאן אין גאס, וואס מענטשן געבן אים כבוד, אבער אז איר גורל איז צו האבן א מאן אן איש פשוט וכו', פאר אזא מאן האלט נישט די פרוי וויכטיג אים צו געבן א געהעריגן כבוד, אדער ווי דער רמב"ם הייסט, ער זאל זיין חשוב ביי איר ווי א שר אדער א מלך אין שטוב.


אזא השקפה איז פאלש, די פרוי דארף פארשטיין אז דעם כבוד וואס די תורה פארלאנגט פון איר זי זאל געבן איר מאן - ווערט נישט געמאסטן לויט די חשיבות פון איר מאן, קען ער זיין סיי וואס א נידריגע מדריגה ער איז, ליגט אויף די פרוי דער פליכט אים מכבד זיין און אים שעצן - נישט וועגן קיין שום זאך - נאר ווייל ער איז איר מאן, און די פרוי פון אזא מאן וועט זוכה זיין צו די זעלבע שכר וואס א פרוי וואס האט א צדיק מפורסם פאר א מאן, ווייל די פרוי דארף וויסן און זיין קלאר אז דאס חשיבות פון די פרוי מעסט זיך נאר לויט ווי זי האלט בכבוד איר מאן; מעג די פרוי זיך האלטן פאר א צדיקת, פאר א קלוגע, א געבילדעטע, א מיוחסת; אויב זי איז נישט נוהג כבוד פאר איר מאן, סיי וואס א נידריגע מדריגה ער איז קעגן איר - איז די פרוי אפגעזען ביי יעדן, און אלע אירע צדקות און פעיגקייטן גייט אין רויעך וכו'".


איך שיק אייך א קאפי פונעם בריוו פון אונזערע זיידע ר' חיים מענדל, איך האף צום אייבערשטן עס וועט זיין פאר אייך א חיזוק.


איך וועל רעדן מיט אייער מאן, איך וועל אים מחזק זיין ער זאל גארנישט טוישן פון די מסורה, ער זאל נישט אוועק גיין קיין ריר פון וואס מען האט זיך געפירט ביי אונזערע עלטערן, ער זאל נאר נעמען פון ברסלב די חיזוק און שכל, איך וועל אים זאגן ער זאל זינגען שלום עליכם שטייעדיג נישט זיצעדיג, און זיצן ביי די סעודה מיט א שטריימל, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#296 - די משפחה טשעפעט וועגן ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך קען נישט קומען צו זיך הערנדיג ווי דיין ווייב תחי' ווערט אזוי שטארק געטשעפעט פון איר משפחה צוליב דעם וואס זי נעמט חיזוק פון הייליגן רבי'ן, ווי קענען מענטשן זיין אזוי שלעכט? ווי קענען ברידער און שוועסטער זיין אזוי שלעכט? צו טשעפען א שוועסטער וכו' וכו'.


יעצט ווען זי גייט דאס אריבער זאלסטו זיין מער ליבליך און מער ווארעם, ווייל עס איז זייער ווייטאגליך ווען א משפחה האקט אפ קשר וכו'.


שטארק זיך און שטארק איר, עס וועט אריבערגיין, יארן גייען אריבער, מען ווערט עלטער, מען קוקט זיך ארום אויף די קינדער און אייניקלעך; אפילו ווען אלע קינדער און אייניקלעך בלייבן בדרך התורה, דאך זעט מען א גרויסע חילוק צווישן די קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן רבינ'ס עצות און מיט זיינע וועגן, די כיבוד אב ואם איז גאר אנדערש, די דרך ארץ איז מער, די חינוך הבנים והבנות איז כרחוק מזרח למערב; ביים סוף זענען אלע מודה אז דאס מערסטע נחת האט מען פון די ברסלב'ע קינדער און אייניקלעך.


 

#295 - עלטערן וואס האבן צער פון ברסלב
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס טוט זייער וויי ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן און די עלטערן וואס זענען נאכנישט מקורב האבן צער און זיי וויינען אז מען גייט אוועק פון די מסורה, און מען וויל נאר ברענגען נחת פאר די עלטערן, עס טוט שרעקליך וויי, בפרט ווען מען דערהערט די באגריף פון 'עלטערן', דער צדיק וועקט אויף און לערנט ווי צו קוקן אויף עלטערן, ווי זיי צו מכבד זיין וכו', און ווען מען זעט ווי די עלטערן וויינען און ווען די עלטערן זאגן קלאר אז וועגן דיר ווערן מיר אלט און שוואך, דאס רייסט ביים הארץ, דאס איז א שרעקליכע צער.


עם כל זה, מיט דעם אלעם זאלסטו זיך זייער שטארקן, דו זיי ווייטער מכבד מיט די גרעסטע כבוד, און ווען זיי הויבן אן קרעכצן און וויינען היתכן דו גייסט אוועק פון די מסורה וכו' – זאלסטו זאגן מיט דרך ארץ: "טאטע איך האב זיך גארנישט אוועק גערירט פון די מסורה, אויב עפעס איז די אלע מסורה זאכן וכו' און מנהגים וכו' געווארן נאך שטערקער", "מאמע איך גיי נישט אוועק פון ענק, איך נעם סך הכל חיזוק פון רבי'ן"; דאס מעגסטו זאגן און מער פון דעם זאלסטו נישט זאגן, נאר זיי מקיים דעם פסוק "ומשמה ודומה ומשא", צדיקים טייטשן, מען דארף קענען הערן און שווייגן און פארנעמען...

#294 - גרייטן צו די הייליגע טעג מיט'ן לערנען גמרא
חסידות ברסלב, מחלוקת, שטעטל, דף גמרא, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם זומער בין איך אין קרית ברסלב, עס איז ממש א מחי' צו זיין דא מיט אנשי שלומינו. אינדערפרי לערנען מיר דעם בלאט גמרא אינאיינעם, צווישן די ביימער און די גראז, הינטן פון שול; עס איז אזוי געשמאק, עס איז נישטא עפעס בעסערס, הלואי וואלסטו אויך געלערנט יעדן טאג די בלאט גמרא, דאס וועט זיין א גוטע הכנה פאר די הייליגע טעג, ווייל די בעסטע הכנה פאר די הייליגע טעג איז לערנען גמרא. אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט באשטימט זיין תלמיד דער הייליגער רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו זאל זיין בעל תפילה ראש השנה ביי אים אין שול, און איין יאר האט דער צדיק רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו זיך באהאלטן, ער האט נישט געוואלט זיין דער בעל תפילה, און דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק האט נישט געוואלט מען זאל צושיקן א צווייטן, ער האט געזאגט מען וועט נישט דאווענען ביז מען וועט אויפזוכן דעם רבי מענדעלע.


אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם רבי מענדעלע, ביז מען האט אים געטראפן, מען האט אים געזאגט: "דער רבי לאזט נישט קיינעם צוגיין צום עמוד, דער רבי זאגט ער ווארט אויף דיר"; דער רבי ר' מענדעלע האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז צוגעגאנגען צום עמוד, און נאכן דאווענען האבן אלע זייער געמוטשעט דעם רבי מענדעלע ער זאל זאגן פארוואס ער האט נישט געוואלט צוגיין צום עמוד. האט ער געזאגט, ער האט מקובל, ווער עס ווערט אויסדערוועלט צו זיין בעל תפילה אין די ימים נוראים מוז לערנען גמרא יעדן טאג פון ט"ו באב, און היות די יאר איז אים געווען זייער שווער די נסיעה פון פריסטיק קיין ליזענסק, און ער האט נישט געלערנט יעדן טאג גמרא, האט ער נישט געוואלט צוגיין צום עמוד, ביז דער רבי אלימלך האט אים געהייסן האט ער געדארפט פאלגן; זעט מען ווי גרויס און הייליג איז לערנען גמרא.


דאס וואס מען קריגט אויפן רבי'ן הויבט זיך נישט אן יעצט, אזוי גייט עס, אלע יארן האט מען גערעדט אויף ברסלב'ע חסידים, אויך אויפן רבי'ן האט מען געקריגט, ווען באמת קריגט קיינער נישט אויף ברסלב, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָֹה כַּךְ כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגט מען נישט, מען קריגט אויף אזא איינעם וואס האט געטון דאס וואס זיי זאגן אויף מיר אז איך האב עס געטון, און אויף אזא איינעם דארף מען טאקע קריגן.


מניעות דארף זיין, מען קען נישט קומען צום רבי'ן נאר אז מען ברעכט דורך די מניעות, דער רבי האט דאס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקת. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו, איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקת", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען דערצו נאר דורך בזיונות", דורכדעם וואס מען טשעפעט און מען שפעט - איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#293 - רעד נישט מיט די לצים וואס דרייען זיך צווישן אונז
חסידות ברסלב, משניות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. מוהרא"ש זאגט, משניות נעמט אראפ אלע פלעקן פון די נשמה, אפילו די גאר שטארקע איינגעגעסענע פלעקן וואס זעט אויס עס וועט שוין בלייבן, דורך משניות קומען זיי ארויס, און אפילו דו פארשטייסט נישט – זאלסטו זאגן די ווערטער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו), מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, און ביים סוף וועט מען פארשטיין.


טענה נישט מיט קיינעם, רעד נישט מיט די לצים וואס דרייען זיך צווישן אונז און פאררופן זיך ברסלב'ע..., זיי זענען טאקע ברסלב'ע, זיי זענען ברסלב'ע לצים... ברסלב'ע געפאלענע.


עס דערמאנט מיר א מעשה, מוהרא"ש איז געווען אין ברסלב ביים ציון פון מוהרנ"ת, און א הונט האט דארט געבילט, האט מוהרא"ש געזאגט: "קוקט אן עכטע ברסלב'ע הונט בילט", אויך האבן זיי דארט געזען אן עכטע ברסלב'ע גוי, אז ער וואוינט אין ברסלב איז ער א ברסלב'ער, אזוי אויך די לצים וואס דרייען זיך בתוכינו זענען ברסלב'ער, ווייל זיי דרייען זיך דא.


טייערער ברודער, זיי שטארק מיט לערנען ח"י פרקים משניות מיט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד מרבינו – וועסטו אלעס פאררעכטן און אראפנעמען אלע פלעקן און זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.

#292 - נישט שטערן דעם רבי'ן פון אריינקומען אין די וועלט
חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם שבת איז געווען ביי אונז א איד פון ארץ ישראל, א ברסלב'ער חסיד, ער דרייט זיך אין א צווייטע כיתה אין ברסלב, אבער ער האט א שטארקע געפיל צו חבורת היכל הקודש, ער האט מיר געפרעגט וואס איז פשט אז מען זעט אין די בריוו פון מוהרא"ש אזעלכע שארפע אויסדרוקן אויף די מתנגדים וואס האבן אים מבזה געווען אלע יארן, שארפע לשונות, ווי למשל ס"מ וכדומה, און ביי אנדערע ברסלב'ע חסידים, אין אנדערע כיתות - הערט מען נישט די שארפע לשונות, זיי האבן אלעס אנגענומען מיט ליבשאפט.


איך האב געשמועסט מיט אים, איך קלער אז דו דארפסט דאס אויך וויסן. מוהרא"ש האט אונז כמה פעמים געזאגט אז אים גייט נישט אן וואס מען רעדט אויף אים, אים גייט נישט אן די בזינות, ער פאר זיך וואלט מקרב געווען און מכבד געווען זיינע פיינט, ער וואלט זיי געגעבן מתנות, ער וואלט זיי געגעבן געלט און געשטיצט, נאר וואס דען, מוהרא"ש האט געזען און געוואוסט אז ער האט די כוחות צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן מיליאנען אידישע פארבלאנזשעטע נשמות, די ספרים האט א כח אז ווער עס קוקט אריין אין דעם, אן הערן ליצנות אדער לשון הרע - ווערט צוגעכאפט צו דעם, און ווערט אן ערליכע איד און א גרויסער צדיק, און עס זענען געקומען בעלי מחלוקת, אזוי גערופענע ברסלב'ע, און ארויס קעגן די ספרים, האט מוהרא"ש געשריבן קעגן זיי, מגלה געווען ווער זיי זענען, זייער יחוס השם ישמרינו, און זייער עבר השם יצילנו, אז מענטשן זאלן זיי נישט אויסהערן נאר זיך ציען ווייטער צום אמת.


מוהרא"ש האט גאר אסאך געליטן צרות און יסורים אין זיין לעבן, קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מוהרא"ש איז אריבער, קוק די לשון וואס ער האט זיך פארגעשריבן, די נוסח וואס מיר זאלן שרייבן אויף זיין מציבה: "פה נטמן החסיד האמיתי עובד ה' בתמימות ובפשיטות, מסר נפשו אליו יתברך בכל יום ויום, מיום עמדו על דעתו, וסבל יסורים קשים ומרים כל ימי חייו, רבים השיב מעוון וקירבם אליו יתברך וכו'", אין אידיש: "דָא לִיגְט אַן אֱמֶת'עֶר עֶרְלִיכֶער אִיד וָואס הָאט גֶעדִינְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן בִּתְּמִימוּת וּפְשִׁיטוּת, עֶר הָאט זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן יֶעדְן טָאג פוּן וֶוען עֶר אִיז גְרוֹיס גֶעוָוארְן, עֶר הָאט גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים זַיין גַאנְץ לֶעבְּן, אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן הָאט עֶר מַחְזִיר בִּתְשׁוּבָה גֶעוֶוען אוּן זֵיי דֶערְנֶענְטֶערְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר הָאט אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט פִילֶע תַּלְמִידִים עֶרְלִיכֶע אִידְן אוּן יִרְאֵי ה'".


מוהרא"ש האט דאס אלעס מקבל געווען מיט ליבשאפט, מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין ברעקל טענות אדער קשיות חלילה וחלילה, נאר דער וואס שטערט אנדערע מענטשן פון מקורב ווערן, די בעלי מחלוקת - דאס איז וואס מוהרא"ש האט נישט געוואלט אפשווייגן.


ווען מוהרא"ש איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער טאקיי רב, בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין מוהרא"ש. דעמאלט האט מוהרא"ש גערעדט פון די זאך, מוהרא"ש ווייזט מיר אויפן קליינעם פינגער און זאגט מיר: "אלעס וואס מען רעדט אויף מיר, אלע בזיונות וואס איז דא אויף מיר - שטערט מיר נישט, עס רירט נישט מיין קליין פינגערל; וואלט עס געווען נוגע מיר אליין - וואלט איך זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט, אבער איך שפיר ווי איך זיץ ביים ים און מענטשן שווימען און איך זע ווי קעפ דערטרינקען זיך און איך האב שטריק וואס איך קען זיי ראטעווען, ארויסשלעפן פון ים, און ווען איך ווארף זיי א שטריק קומט איינער און שניידט אפ די שטריק, וואס וואלטן אלע געטון? וואלטן אלע אים פארשריגן! אזוי שפיר איך זיך מיט מיינע קונטרסים און ספרים, ווי איך קען ראטעווען אידישע קינדער מיט די עצות פון רבי'ן", מוהרא"ש זאגט אן אויסדרוק: "די לעצטע שטרוי אין וואס מען קען זיך אנכאפן נישט צו דערטראנקען ווערן, קומט איינער א זקן און לאכט אפ, דערפאר דארף איך זיי פארשרייען".


איך האב געזאגט דעם איד: "וואלט מוהרא"ש נישט גערעדט די סארט שפראך אויף די וואס לאכן - וואלט איך מן הסתם מער נישט דא געווען", ווען בתחילת התקרבותי האט מען מיר געזאגט פון די זקנים אז מען האט נישט געהאלטן וכו' וכו', וואלט איך נישט געהערט די הקדמות פון מוהרא"ש אז די וואס רעדן זענען בעלי עבירות, פגום'דיגע מענטשן - ווער ווייסט אויב איך וואלט זיך געקענט דערהאטלן.


איך האב מיטגעהאלטן אמאל, איינער פון ארץ ישראל וואס האט געלערנט די חכמה ווי מען קען זען און פארשטיין א מענטש און איז געקומען קיין אמעריקע מאכן געלט וכו' וכו', מענטשן זענען ממש געפאלן חלשות פאר אים. מוהרא"ש האט אים שיין אויפגענומען, פארוואס נישט, ביז מוהרא"ש האט געהערט ווי דער דאזיגער רעדט אפ מענטשן פון קומען קיין אומאן, ער זאגט פריוואט פאר מענטשן לויט דיין שורש נשמה פאר יא, לויט דיין שורש נשמה פאר נישט; האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "אויב וועט ער קומען נאכאמאל צו מיר וועל איך אים אפ'מל'ען" (יענער איז געווען א מוהל), און וכך הוה, יענער איז נאכאמאל געקומען צו מוהרא"ש און עס איז געגאנגען פייער וכו', און שפעטער האב אים אלע אפגעלאזט, עס איז דא אין דעם אן אריכות הדברים צו דערציילן.


דאס דערצייל איך דיר דיר צו ווייזן אז מוהרא"ש איז נישט אנגעגאנגען נאר די איין זאך, מען זאל נישט שטערן דעם רבי'ן פון אריינקומען אין די וועלט, און צוליב דעם האט מוהרא"ש געשריבן אזוי שארף אויף די מתנגדים, ווייל זיי זענען שולדיג אינעם מצב הדור, ווי די דור זעט אויס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן מיט די געפיל צום צדיק וואס האט דיך אזוי שיין אנגעטון מיט קליידער פון תורה, קליידער פון דביקות אינעם אייבערשטן, קליידער פון משיח, פון התבודדות ותפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#291 - גיין צו א דאקטער מיט הארץ און געפיל
שלום בית, חסידות ברסלב, שטעטל, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


זאג דיין ווייב זאל מער נישט איבערטרעטן דעם שוועל פונעם דאקטער וואס זי פלעגט ביז אהער ניצן, נאכדעם וואס ער האט איר אזוי אנגעשראקן אן רחמנות אז ענק וועלן האבן השם ישמרינו... זי זאל גיין צו א דאקטער וואס האט הארץ און געפיל, א דאקטער וואס קוקט אויף איר אלס א מענטש, נישט ווי א נומער.


בנוגע זיך אריבערציען אין שטעטל; איך וועל מיך זייער פרייען, מיר האבן פאר דיר א פרנסה, א מלמדות פאסטן, אבער אז דיין ווייב תחי' איז נאכנישט גרייט צו קומען – זאלסטו איר נישט דרוקן, נעם נישט די גאולה פאר די צייט, ענדערש ווארט אביסל און ווען זי וועט וועלן קומען וואוינען אין שטעטל וועסטו קומען.


מאך זיך א קביעות אפאר מינוט וואס דו דאנקסט דעם אייבערשטן און דו בעטסט אים, דאס – און נאר דאס – איז ברסלב'ע חסידות.

#290 - דער רבי לאזט אונז נישט איינשלאפן
אמונה, חסידות ברסלב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, אז אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן, עס איז נישטא דער און יענער, עס איז אלעס דער אייבערשטער וואס פארשטעלט זיך אין דומם, צומח, חי און אין מדבר. אז דו האסט זיך צוקלעמט דיין פינגער - איז עס נישט פון א טעות און נישט וועגן אים און וועגן דעם, עס איז ווייל מען האט אויסגערופן אין הימל דו זאלסט זיך יעצט צוקלעמען דיין פינגער, און אז דיין קאר האט געכאפט א קראץ און אז א רעדל האט געפלאצט וכו' וכו' - איז עס נישט דער און נישט יענער, עס איז אלעס פון הימל.


וואס איז ברסלב'ע חסידות? דער רבי חזר'ט מיט אונז אמונה, אז דער אייבערשטער פירט אלעס, מאכט אלעס און טוט אלעס. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.


דער רבי לאזט אונז נישט איינשלאפן, דער רבי וועקט אונז אויף מיר זאלן לויפן צום אייבערשטן, מיר זאלן רעדן צו אים, מיר זאלן אים דאנקען און לויבן; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - אלץ שטערקער ווערט די אמונה איינגעבאקן אינעם מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב) "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן - אלץ שטערקער ווערט אין אים איינגעבאקן די אמונה.


איך בין זיך ממש מחי' צו זיין זומער אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, א פלאץ פון תמימות, א פלאץ פון שמחה, עס איז א מחי' צו זיין דא, מען הערט נאר רעדן איידל, מען הערט נאר רעדן שיין.


היינט נאכט איז דא א פרויען צאמקום, זע צו זיין אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין. עס איז זייער וויכטיג די וועכנטליכע שיעורים, דיין ווייב זאל קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#289 - מען טשעפעט די קינדער אלס ברסלב
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א ווייטאגליכע זאך אז מען טשעפעט ענקערע קינדער מיט ליצנות, אסאך פון אנשי שלומינו גייען דאס אריבער, עס טוט מיר זייער וויי, עלטערן קענען נישט צוזען ווי מען טשעפעט זייערע קינדער און נאך דערצו אלס ברסלב, מען שפעט פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים.


ווען אייער מאן דארף גיין דאווענען מיט זיין טאטע און די קינדער ווילן נישט גיין דארט דאווענען ווייל מען טשעפעט זיי, איר ווילט וויסן אויב מען קען זיי געטרויען צו דאווענען ביי אונז אין שול, אין היכל הקודש - אנעם טאטן; דאס איז נישט לכתחילה, נאר אז מען בעט איינעם פון אנשי שלומינו זאל זיין אחראי אויף זיי, און אויך אנזאגן די קינדער זיי זאלן וויסן אז זיי זאלן דאווענען מיט אים און נישט זיין הפקר.


בעטס דעם אייבערשטן פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און האבן א געפיל צום הייליגן רבי'ן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער, מען דארף אויף יעדע קינד באזונדער בעטן אז זיי זאלן זיין דבוק צום צדיק אמת און צו זיינע תלמידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#288 - פארוואס גלייבט מען די לשון הרע'ס אויף ברסלב?
תפילות אויף אידיש, התחזקות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמיני, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס טוט מיר אזוי וויי די אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפן רבי'ן און אויף זיינע הייליגע תלמידים, עס האט דאך נישט קיין שום פשט; וואס הערסטו אויס לשון הרע? פארוואס עפנסטו נישט אליין די ספרים? קוק וואס שטייען אין די ספרים, אין די קונטרסים; פארוואס קומסטו נישט אריבער און איבערצייג זיך אליין וואס דא טוט זיך? פארוואס מקבל זיין לשון הרע?!


עלטערן עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט אז זייער קינד איז מקורב צום רבי'ן, וואלטן די עלטערן זיך אויפגעהויבן און געקומען קוקן וואס טוט זיך ביים רבי'ן, וויפיל יראת שמים דער רבי געבט, וויפיל אמונה און דביקות צום אייבערשטן - וואלטן זיי געברענגט אלע קינדער צום רבינ'ס חדר. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך".


יעדער מקורב מוז דאס אריבערגיין, מען מוז אריבערגיין די מניעות, דער רבי האט שוין געענטפערט און געזאגט פארוואס דאס דארף זיין, דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש), אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי געב זיך אן עצה", איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "דער נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה"; דאס איז דער תירוץ, אז עס איז דא א צדיק וואס האט א כח צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ער איז בכח צו ברענגען די גאולה שלימה - קומט דער סמ"ך מ"ם און מאכט ליצנות כדי מענטשן זאלן נישט נעמען די ספרים.


גיי התבודדות יעדן טאג, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, דא האב איך א רבי וואס שיינט אריין אין מיר אזא קלארע לויטערע אמונה, א רבי וואס מאכט מיך רעדן צו דיר, א רבי וואס מאכט מיך לערנען, א רבי וואס מאכט מיך האבן שלום בית, און דא הער איך אזויפיל ליצנות, אזויפיל לשון הרע, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט הערן קיין ליצנות, העלף מיר עס זאל נישט אריינגיין אין מיר קיין ליצנות, קשיות, ספיקות, העלף מיר איך זאל בלייבן שטארק מיט אמונת חכמים, און ווייטער לערנען דעם רבינ'ס ספרים און קיינמאל נישט אפלאזן דעם רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#287 - דעם רבי'ן קען מען טרעפן נאר אין זיינע ספרים
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברסלב'ע חסידות איז לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים; נאר אז מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, מען האט א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן, אין די שיחות וכו' - האט מען א שייכות מיטן רבי'ן, אז מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים איז עס א גרויס געלעכטער. מוהרא"ש דערציילט, רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה האט אמאל געכאפט א היטש (טרמפ) מיט איינעם יוסל פאראנטשיק, אזוי שמועסנדיג זאגט ער פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", רבי נחמן איז געווארן זייער פרייליך און ער האט אים אביסל מקנא געווען, איז ער געקומען צו רבי נתן און אים געזאגט אז ער האט געטראפן איינעם יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן, זאגט אים רבי נתן: "יוסל פאראנטשיק האט נישט געקענט דעם רבי'ן, ער האט נאר געזען דעם רבי'ן, אבער דו קענסט דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן"; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער קען דעם רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד, אבער אז מען לערנט נישט די ספרים - האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, און אין ספר אשר בנחל וואס נעמט צאם אויף למעשה דעם הייליגן רבינ'ס דיבורים. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד, נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; דעם רבינ'ס ספרים וועקט אויף פון שלאף, עס נעמט דעם מענטש וואס איז ביי זיך אויפגעגעבן און ברענגט אים צו דינען דעם אייבערשטן.


ליצי לצנות אויב מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים; ווי קען איינער זאגן "איך בין א ברסלב'ער" ווען ער איז נאך איין מאל נישט אריבער דעם רבינ'ס ספרים? ווי קען מען זיך בארימען 'איך בין ביים רבי'ן' ווען מען האט נאכנישט געעפנט דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז אזא לאכעדיגע זאך; מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן"; דער וואס וויל קענען דעם רבי'ן דארף לערנען דעם רבינ'ס ספרים, נישט דאס קענען די זקנים ונערים מיינט א ברסלב'ער חסיד, נישט דאס וויסן די נוסח מיט די ניגונים איז ברסלב, דער רבי קען מען טרעפן נאר אין זיינע ספרים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק, געפינט זיך אין זיינע ספרים.


שטארק זיך, הויב אן פון יעצט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#286 - די גרעסטע און הייליגסטע זאך, איז העלפן א מאמע
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, י"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך אז דו העלפסט מאמי; די גרעסטע און הייליגסטע זאך ביי אידישע קינדער - איז העלפן א מאמע, מאכן א נחת רוח פאר די מאמע; מיט דעם קויפט מען זיך איין עולם הבא, און אויך אויף די וועלט וועט מען האבן אלע ברכות.


אויך פריי איך זיך זייער צו הערן פון דיין טיטשער אז דו האסט גוטע מידות, דו טשעפעסט נישט אנדערע, דו האסט א געפיל פאר אנדערע. גוטע מידות און א ווייכע הארץ - דאס איז ברסל"ב, די אותיות פון ל"ב בש"ר, א ווייכע הארץ, א הארץ מיט א געפיל פאר אנדערע; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלט), ווען משיח וועט קומען וועלן אלע זיין ברסלב'ע חסידים, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לו, כו): "וְנָתַתִּי לָכֶם לֵב חָדָשׁ וְרוּחַ חֲדָשָׁה אֶתֵּן בְּקִרְבְּכֶם, וַהֲסִרֹתִי אֶת 'לֵב הָאֶבֶן' מִבְּשַׂרְכֶם וְנָתַתִּי לָכֶם 'לֵב בָּשָׂר'"; לב בשר איז די זעלבע אותיות ווי ברסלב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#285 - עס רייסט דאס הארץ אז דער רבי איז אזוי פארשעמט
חסידות ברסלב, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס רייסט מיר דאס הארץ אז דער רבי איז אזוי פארשעמט, די צדיקים זענען אזוי פארשעמט; אז דיין מאמע מאכט די סגולה פון לייגן א שטיין אויף א קבר פון א צדיק, מען שרייבט אויף דיין נאמען אויפן שטיין, די סגולה וואס מען טוט ווען נעבעך נעבעך א קינד איז אראפ פון וועג רחמנא לצלן, די סגולה טוט זי פאר דיר און פאר דיין ברודער וואס ענק זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, ענק טוען די עצות פון רבי'ן, ענק לעבן מיט התבודדות, מיט בענקען צום אייבערשטן, מיט לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מיט שלום בית, מיט שמחה, און מיט תשובה, פאר ענק מאכט מען די סגולה וואס מען מאכט פאר קינדער וואס האבן נעבעך נעבעך אפגעלאזט די תורה וועג; שטעל זיך פאר ווי דער רבי איז פארשעמט, וויפיל לשון הרע מען רעדט, אז אפילו ערליכע אידן ווי דיינע עלטערן מיינען אז עס איז עק וועלט אז די קינדער קומען צום רבי'ן.


וויפיל דארף מען וויינען צום אייבערשטן אויף די גלות השכינה, אז די שכינה הקדושה איז אזוי פארשעמט, אפילו ערליכע אידן קוקן אויפן רבי'ן מיט ביטול, דער רבי איז פארשעמט. דער רבי זאגט שוין (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רכח) אז אזוי מוז זיין, דער רבי זאגט: "דַּע שֶׁכְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִסְתַּכֵּל בַּנְּשָׁמָה שֶׁתּוּכַל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווען דער אייבערשטער זעט א נשמה וואס האט די מעגליכקייט צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן, "וְלַעֲשׂוֹת גֵּרִים", און צו מאכן גרים, "אֲזַי הוּא יִתְבָּרַךְ בְּעַצְמוֹ כִּבְיָכוֹל", גייט דער אייבערשטער אליין, "מְבַקֵּשׁ וְרוֹאֶה שֶׁיִּהְיֶה מַחֲלֹקֶת עָלָיו", און זוכט און זעט עס זאל זיין מחלוקת אויף די נשמה, ווייל נאר אזוי איז עס מיט אן אמת, ווייל אזוי ווי ווען משיח וועט קומען און די גוים וועלן קומען און זאגן מיר ווילן זיך מגייר זיין, איז די הלכה אז דעמאלט נעמט מען מער נישט קיין גרים, נאר דער וואס איז געקומען ווען עס איז געווען שווער, אין גלות, און ער האט זיך מגייר געווען - נאר דער וועט קענען זיין ביי די סעודה מיט משיח, אזוי אויך דער צדיק וואס האט די מעגליכקייט צוריק צו ברענגען אידן צו אייבערשטן - מוז זיין אויף אים מחלוקת.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיט אזעלכע התנגדות האבן מיר די זכיה אז מיר זענען יא אנגעקומען צום רבי'ן, און מיר זענען נישט קיין מתנגדים.


איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#284 - אויפוואקסן אן קיין בושה פון תפילין דרבינו תם
חינוך הילדים, מוסדות, חסידות ברסלב, בר מצוה, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זיכער וואלט בעסער געווען ווען מען קען אריינלייגן אן עזות דקדושה אינעם קינד, אז ער זאל זיך נישט שעמען פון זיינע חברים אנצוטון צוויי פאר תפילין, דורך רעדן צו אים פון דאס גרויסקייט פון אנטון צוויי פאר תפילין רש"י און רבינו תם, אבער אז מען זעט אז ער שעמט זיך און די חבירים וועלן לאכן פון אים - איז נישט כדאי צו דוחק זיין את השעה.


דאס איז איינע פון די זאכן וואס האט אונז געשטופט צו עפענען ברסלב'ע מוסדות, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט א געפיל צום רבי'ן, און נישט האבן קיין בושה פון תפילין דרבינו תם, פון פארן אויף אומאן און אפגערעדט פון סדר דרך הלימוד וכו' וכו', ווייל דער רבי האט געהייסן מען זאל אנטון פון די בר מצוה ביידע פאר תפילין, און אז דער רבי האט אזוי געהייסן איז זיכער אז אזוי דארף מען טון. אויך רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה', אות כח): "וְעַל כֵּן כָּל מִי שֶׁרוֹצֶה לְקָרֵב אֶת עַצְמוֹ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכוּ' צָרִיךְ לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִיר רַבֵּינוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה אֶת אֲנָשָׁיו לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם", ווער עס וויל מקורב ווערן צום אייבערשטן זאל מקפיד זיין אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט מזהיר געווען זיינע מענטשן; און קוקט אריין אין זיינע הייליגע ווערטער וואס ער שרייבט ווייטער, מורא'דיגע ווערטער (שם, אות כט): "וְעַל כֵּן עַכְשָׁיו בְּעִקְּבוֹת מְשִׁיחָא בְּסוֹף הַגָּלוּת צְרִיכִים לִזָּהֵר מְאֹד לְהָנִיחַ תְּפִילִין דְּרַבֵּנוּ תַּם כְּמוֹ שֶׁהִזְהִירוּ כָּל הַצַּדִּיקִים אֲמִתִּיִּים שֶׁהָיוּ בְּיָמֵינוּ", אין די היינטיגע טעג וואס מען האלט שוין ממש ביי די גאולה, מיר גייען שוין אט אט ארויס פון גלות, דארף מען זייער אכטונג געבן אנצוטון תפילין דרבינו תם, אזוי ווי אלע צדיקים האבן אונז מזהיר געווען, "כִּי עַכְשָׁיו הִתְגַּבֵּר הַבַּעַל דָּבָר מְאֹד מְאֹד מַחֲמַת שֶׁרוֹאֶה שֶׁקָּרוֹב לָבֹא קִצּוֹ", ווייל דער יצר הרע איז זיך זייער מתגבר זעענדיג ווי זיין סוף קומט שוין, דערפאר דארפן מיר האבן ביידע פאר תפילין זיך צו קענען קריגן מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער, אלע זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.

#283 - נארישע טרערן אז דער מאן אדער קינדער זענען אנגעקומען צו א צדיק
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, מוזיק, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, אויב מען וויינט אומזיסט - לייגט מען זיך אריין אין א גרויסע סכנה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כט.) דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן: "אתם בכיתם בכיה של חינם", ענק וויינען אומזיסט, "ואני קובע לכם בכיה לדורות", איך וועל ברענגען שלעכטס אויף וואס צו וויינען; איר ליידט נישט, איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט, איר האט א גאלדענע מאן, א ירא שמים, מיט גאר גוטע מידות, און ער מעג נעמען חיזוק פון רבי'ן, און אויב עס שמעקט נישט פאר די עלטערן - איז דאס נישט זיין פראבלעם, דאס איז זייער אייגענע פראבלעם.


מען לאכט אין הימל פון עלטערן וואס וויינען ווען זייער קינד גייט נישט צו די זעלבע רבי ווי די עלטערן גייען, מען לאכט פון עלטערן וואס נעמען חסדים פונעם אייבערשטן, קינדער וואס ווילן זיין ערליך און וועלן זיך אויס א פלאץ פון יראת שמים - און מען מאכט דאס פאר א צרה.


דער הייליגער צדיק דער ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו פרעגט, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:), אלע טויערן פארמאכט מען, אבער 'שערי דמעה', די טויערן פון טרערן - 'לא ננעלו' פארשפארט מען נישט; פרעגט ער, אויב מען פארשפארט זיי קיינמאל נישט, נו וואס דארף מען דארט האבן טירן? זאג אז די טויערן פון טרערן האבן נישט קיין טירן וואס מען קען בכלל פארמאכן! זאגט ער, עס פעלט יא אויס די טירן, אמאל פארמאכט מען יא די טירן, די לשון זאגט ער, "ווען א נארישע מאמע וויינט אויף איר קינד אז ער איז אנגעקומען צו א צדיק - דעמאלט פארמאכט מען די טירן".


האט שכל, אנשטאט וויינען זאלט איר טאנצן פאר שמחה פאר די מתנה וואס די אייבערשטער האט אייך געגעבן, א מאן א ירא שמים, א בעל מידות. עס קומען צו מיר ווייבלעך וויינען ווי זייער לעבן איז זיי טונקל, זיי האבן א מאן וואס שפילט א דאפלטע לעבן, ער מאכט זיך שיין פאר מענטשן און אין שטוב שלאגט ער און שרייט, רעגט זיך, מאכט זיך פרום פאר מענטשן און שטילערהייט רחמנא לצלן... דאס איז א געוויין, דאס איז א געוואלד, זיי דארפן חיזוק; איר דארפט טאנצן פאר שמחה.


קויפט אייך גוטע ספיקערס און צינדט אן אין שטוב באופן קבוע לעבעדיגע טאנצעדיגע לידער און טאנצט מיט די קינדער, דאס וועט אייך ברייט מאכן די מח, איר וועט נישט ווערן צעדרוקט פון דעם און פון יענעם, און ווען די עלטערן וועלן רופן וויינען און סטראשען - וועט דאס נישט האבן קיין השפעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#282 - רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל פריש מקורב ווערן
תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


דער בעל דבר האט זייער פיינט דעם רבי'ן, אזוי ווי דער הייליגער רבי דרוקט זיך אויס אינעם בריוו (חיי מוהר"ן, סימן קסו): "עֵינָיו לָטַשׁ וְשִׁנָּיו חָרַק עָלַי", זיינע אויגן און ציין האט ער אויסגעקריצט קעגן מיר, דעריבער גייט אריבער שווערע ביטערע מניעות אויף יעדן מקורב, און אזוי אויך די וואס האבן דורכגעבראכן אלע מניעות און זענען מקורב געווארן – זענען אויך נאכנישט פארטיג, די ווערן במשך די צייט קאלט, אפגעקילט, ביז מען לאזט אפ אינגאנצן רחמנא לצלן.


דעריבער דארף מען יעדן טאג בעטן פונעם אייבערשטן אויף דעם פרט: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל פריש מקורב ווערן, האב רחמנות אויף מיר, איך זאל נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, איך זאל לערנען די הייליגע ספרים און מקיים זיין די עצות".


אויך איז דא א גוטע עצה צו בלייבן פריש מקורב, צו רעדן יעדן טאג פון רבי'ן - צי מיט א חבר, אדער דאס גלייכן.

#281 - מען קען זיין אין ברסלב און גארנישט האבן מיט ברסלב
חסידות ברסלב, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין נישט אז ווען מען קומט אן קיין ברסלב איז שוין קודש קדשים, מען קען זיין אין ברסלב און גארנישט האבן מיט ברסלב, אויב מען לערנט נישט דעם רבינ'ס ספרים – איז מען אין א גרויסער דמיון.


מוהרא"ש פלעגט דאס אונז כסדר זאגן, ביי יעדע שיעור און יעדע שמועס האט מוהרא"ש אונז געזאגט: "מען מוז לערנען דעם רבינ'ס ספרים, נאר אזוי האט מען א שייכות מיטן רבי'ן".


טייערער ברודער, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, אויך אין ספרי מוהרא"ש, אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס איז מחי' מתים פשוט כמשמעו, עס וועקט אויף אפילו א טויטער מענטש, מען הויבט אן האבן שיעורים בכל התורה כולה, און מען איז זיך מתבודד וכו' וכו'.

#280 - אז דער מאן וויל ברסלב, דארף מען אים רודפ'ן?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, חסידות ברסלב, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה ב', י"ב תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער פון אייער משפחה טשעפעט אייך וועגן ברסלב, וועגן היכל הקודש; איך קען אייך איין זאך זאגן, אייער שווער שליט"א איז געקומען צו מיר נישט איין מאל, נישט צוויי מאל, נאר מערערע מאל, ער האט מיר זייער ליב, ער האט מיט מיר גערעדט מיט זייער א שטארקע ליבשאפט, ער האט מיר קלאר געזאגט: "איך בין נישט קיין ליגנער, איך גיי נישט זאגן אז עס שמעקט מיר און אז איך וויל מיינע קינדער זאלן גיין קיין ברסלב, אבער אז זיי זענען אנגעקומען אין היכל הקודש, דאנק איך דעם אייבערשטן", ער האט גערעדט מיט מיר לאנגע שעות מיט א שטארקע ליבשאפט, ער האט מיר געזאגט: "מיינע קינדער טוען וואס מיינע הייליגע זיידעס האבן געטון, זיי זענען אויך געלאפן צו צדיקים, זיי זענען אוועק געלאפן פון שטוב צו צדיקים, געזוכט און געזוכט וואו עס איז דא אן ערליכער איד וואס וועט זיי ברענגען נאנט צום אייבערשטן"; ובכן, ווייס איך נישט ווער עס טשעפעט אייך און פון וועם איר האט אזוי מורא.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן א ירא שמים מיט גאלדענע מידות, און אז ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן - קומט אים נישט דעם טויט, און אז ער וויל אריינשיקן די קינדער צום רבינ'ס חדר, אין רבינ'ס בית פיגא - מעג ער דאס טון, ער דארף קיינעם נישט פרעגן, אדרבה, זאל מען גיין צו וואס פאר א דיין און וואס פאר א רב מען וויל נאר (וואס האט נישט קיין אייגענע נגיעות), און פרעגן 'וואס טוט מען אויב מען וויל גיין דאווענען אין ברסלב, מען זעט ווי מען באקומט יראת שמים, מען באקומט חיזוק אויף דינען דעם אייבערשטן, און די עלטערן זאגן זיי האבן צער, וואס דארף מען טון?' וועט א יעדער דיין און מורה הוראה פסק'ענען וואס די תורה זאגט, מען מעג גיין, און מען דארף גיין.


מרת ... תחי', וואלט איר געוויסט וואס פאר א צרות עס גייט אריבער אויף מענטשן, ווי ווייבלעך לעבן א געצווינגענע לעבן, נאר ווייל זיי האבן רחמנות אויף די קינדער זיי זאלן נישט זיין קיין לעבעדיגע יתומים, ווייבער ליידן פון מענער וואס טוען שטילערהייט עבירות, ווייבער ליידן פון מענער וואס שרייען, שלאגן און פארשעמען, ווייבער ליידן פון מענער וואס פירן זיך פראסט ווי בהמות וכו', זיי האלטן זייערע שטוב נאר צוליב די קינדער, און אז אייער מאן וואס איז אן ערליכער איד, א שטיק איידלקייט, וויל אביסל קרבת אלוקים, און ער האט עס געטראפן אין ברסלב – רודפ'ט מען אים? מען איז אים מבזה?!


זאלט איר זיין אן אשת חיל, מיט גיין מיט אים און אים גוט מאכן, און אז עלטערן שרייען - נעמט מען עס אן באהבה, און אז עלטערן סטראשען וכו' וכו' - ווארט מען מיט סבלנות, עד יעבור זעם, ביז עס וועט זיך ארויסשטעלן דעם אמת, די עלטערן וועלן וויינען צו די אנדערע קינדער, זיך בעטן: "גייט אויך קיין ברסלב, נעמט חיזוק פון די נחל נובע מקור חכמה".


איך האב אסאך צו שרייבן אבער איך בין זייער פארנומען אין די ערב יום טוב טעג, איך האף צום אייבערשטן אז די פאר ווערטער וועט אייך געבן חכמה און בינה יתירה ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, און זיך גוט אויסלאכן פון די איבערגייאכטס וואס גייט אזוי שנעל אריבער אזוי ווי די שאטן פון א פייגל, אזוי ווי עס שטייט (תהלים קמד, ד): "כְּצֵל עוֹבֵר", די לעבן גייט אריבער ווי א שאטן, זאגן די הייליגע חכמים (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל", הלואי וואלט די לעבן געווען אזוי לאנג כאטשיג ווי די שאטן פון א וואנט, "אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן", אדער אזוי לאנג ווי דער שאטן פון א בוים, ניין, "אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", די לעבן גייט פארביי אזוי שנעל ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


בנוגע די בריוו וכו'; עס וועט נישט בעסער מאכן, עס פעלט נישט אויס; איין זאך וועט בעסער מאכן, ווי שטערקער ענקער קשר וועט ווערן - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#279 - יעדער וואס ווערט מקורב, גייט דורך שוועריקייטן
כיבוד אב ואם, שלום בית, התחזקות, חסידות ברסלב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גרעסערע מענטשן ווי דיין זיידע האבן מיך אנגעשריגן ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, מען האט מיר געזאגט די זעלבע לשונות ווי דיין זיידע האט אויף דיר געשריגן, די ערגסטע לשונות האט מען מיר געזאגט; אוי וויי, אוי וויי וואס מען האט צו מיר גערעדט קעגן מוהרא"ש, און אויף רבי נתן וכו'. עס זענען געווען צייטן וואס איך האב געשפירט ווי מיינע נערווען גייען קראכן, אמאל בין איך אזוי צעבראכן געווען (עס איז געווען פורים תשס"ז), ווען אלע האבן געטאנצן בין איך אהיים, אנגעטון נאכט קליידער און געגאנגען שלאפן, איך בין געווען אין א שרעקליכע קטנות הדעת, און מוהרא"ש האט דאס געזען ברוח קודשו, האט ער מיך גערופן. איך האב זיך צוריק אנגעטון און צעבראכענערהייט גערופן א קאר סערוויס און געפארן קיין בארא פארק, איך געדענק ווען איך בין אריינגעקומען אין שול ביי מוהרא"ש - איז מיר געווען אזוי טונקל אז די לעקטער האט מיר זייער געשיינט אין די אויגן, איך האב עס נישט געקענט נעמען, און מוהרא"ש האט מיר גענומען אין דער זייט און מיך זייער מחזק געווען.


מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "וואלסטו געוואוסט וואס פאר א גרויסע מענטשן האבן מיך אפגערעדט פון הייליגן רבי'ן... נישט איין מאל אזוי גרויס ווי די וואס רעדן צו דיר, נאר צען מאל אזוי גרויס, און דאך האב איך קיינעם נישט אויסגעהערט, איך האב זיך צוגעקלעבט צו די הייליגע ספרים און געזאגט 'זאל זיין וואס זאל זיין, וועל איך נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן'".


דאס וואס דער זיידע פארדרייט דיר דעם קאפ אז די קידושין איז נישט קיין קידושין ווייל מען האט געמאכט די שידוך נאר על תנאי אז דו האסט נישט מיט ברסלב, און אויב דו האסט יא מיט ברסלב טארסטו נישט לעבן מיט דיין ווייב, די קידושין איז קיין קידושין; דאס איז א שיינע ווערטל, דאס דארפן אלע מקורבים אריבערגיין, און וואויל איז דער וואס דערהאלט זיך און גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


זע נאר איין זאך, מען זאל נישט רעדן צו דיין ווייב קעגן דיר, מען זאל נישט מאכן קיין פירוד לבבות; זאלסט רעדן שיין צו איר, זאלסט איר געבן גוטע ווערטער, און זאג איר דעם אמת, אז דער רבי איז דיין לעבן און דו ווילסט זי זאל דיר העלפן, זי זאל דיך מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.