בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב דיך זייער ליב, איך זע אז דו האסט א שטיקל בושה אדער פחד פון מיר, א שאד, א שאד; אמאל פלעגסטו זיין מער נאנט, איך פלעג הנאה האבן צו רעדן מיט דיר און זיך מחי' זיין מיטן רבינ'ס עצות; מי יתן עס זאל צוריק נתחדש ונתחזק ווערן אונזער שייכות.
ווען מיר זענען ביים רבי'ן אין אומאן קען מען טון די עצה פון וידוי דברים לפני צדיק אמיתי, דער הייליגער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד; סימן נ), ווען א מענטש זינדיגט גייען די עבירות אריין אין זיינע ביינער, און דאס ברענגט די קרענק פון עצבות ומרה שחורה שקורין ברעכעניש, און די איינציגסטע עצה דאס ארויסצונעמען פון זיך איז דורך וידוי דברים לפני הצדיק, דורך דערציילן אלע עבירות פארן צדיק; דאס קען מען מקיים זיין אין אומאן ביים ציון פון הייליגן רבי'ן.
אז דו קענסט אנקומען צום ציון – איז גוט, און אז נישט – זאלסטו זוכן א ווינקל און זיך דארט מתוודה זיין לפני הצדיק, דערצייל אויס דיין הארץ, דערצייל אלעס אלעס, אלע דיינע מעשים פון דיינע יונגע יארן און אלע דיינע מעשים פון יעצט, און בעט זיך אויס אז דו זאלסט שוין זוכה זיין צו ווערן א צדיק מיט ריינע הייליגע מחשבות, און ריינע הייליגע אויגן; יעצט ראש השנה איז מען זוכה ביים צדיק צו האבן ריינע מחשבות (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריא).
דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ד"ש), ווי קענען ענק דען תשובה טון? איך טו תשובה פאר ענק; דאס הייסט, אז מען קומט צום רבי'ן און מען איז זיך מתוודה און מען נעמט זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, זאגט דער רבי צו מיט א שטארקע הבטחה אז ער וועט מתקן זיין און ברענגען דעם מענטש צו די העכסטע תשובה.
א כתיבה וחתימה טובה.