בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#10 - ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן
תפילות אויף אידיש, צרות, ראש השנה, מנהגים, שמירת עינים, וידוי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די צרות וואס דו ליידסט אין לעבן, ווער ווייסט אויב דו ביסט זיך דאס נישט אליין גורם; פון די פגמי הברית, פון מפקיר זיין די אויגן, זיך פארשמירן מיט קוקן ניאוף רחמנא לצלן; ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט עבירות רחמנא לצלן און מען פאלט נאכדעם אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - באשאפט מען דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן דעם מענטש א גאנץ לעבן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, בּוֹרֵא קְלִפּוֹת הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו, וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה - באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


גיי אין פעלד שריי צום אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך בין אזוי ווייט פון דיר, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם, איך קען זיך נישט אפרייסן פון דעם. איך בין אזוי צעבראכן, איך זע נישט קיין וועג ווי איך וועל דאס קענען אפלאזן, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, מאך א נס איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן".


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות. אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל זינדיגן אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דעם מח. דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, דף קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית, מען איז פוגם ביסוד - גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט בפירוש אז מען דארף נישט פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו), דאס איז די עצה ארויס צו קריכן פון די בלאטע. דער רבי זאגט (שם, סימן יט) אפילו דער וואס איז אזוי אוועק געפאלן און טוט עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען אויך צוריק קומען דורך די הייליגע תורה, די תורה קען ארויסנעמען פון עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", און אויב מאכט מען זיך א קביעות צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג - קען מען זוכה זיין ארויס צו גיין פון די בלאטע און ווערן א גרויסע צדיק, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


ערב ראש השנה פירן זיך אנשי שלומינו צו גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן און מען מאכט דארט וידוי דברים, מען דערציילט פארן רבי'ן אלעס וואס מען האט געזינדיגט פון ווען מען איז געבוירן, אלעס וואס מען געדענקט. מען זאגט ארויס מיט די מויל אלע עבירות, אזוי גייען ארויס די שלעכטס פון די ביינער, וואס איז געווארן איינגעקריצט ביים טון די עבירות.


דער רבי האט אמאל געהערט ווי א פרוי שרייט ביים קבר פון איר טאטע, האט דער רבי דעמאלט געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט איר געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#9 - א סגולה פאר די ביינער וואס טוען וויי
סגולות, רפואה, סיפורי צדיקים, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר דארפט א סגולה פאר אייערע ביינער וואס טוען וויי; דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן נח):


עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ אִיד וָואס פְלֶעגְט גֵיין צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, דֶער אִיד אִיז לֹא עָלֵינוּ קְרַאנְק גֶעוָוארְן, דֶער אִיד הָאט גֶעשִׁיקְט אַ שָׁלִיחַ צוּם הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב בֶּעטְן עֶר זָאל קוּמֶען צוּ אִים, וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעפָארְן מְבַקֵּר חוֹלֶה זַיין, אוֹיפְן וֶועג הָאט דֶער שָׁלִיחַ גֶעפְרֶעגְט דֶעם בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ הָאבּ דָאךְ גֶעהֶערְט פוּן אַייךְ אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען זִיכֶער נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט, אוֹיבּ אַזוֹי וִוי קֶען זַיין אַז דֶער חוֹלֶה צוּ וֶועם מִיר פָארְן יֶעצְט עֶר הָאט דָאךְ תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוּן עֶר אִיז אַן עֶרְלִיכֶער אִיד וִוי קֶען זַיין עֶר זָאל שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט?" הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב גֶעעֶנְטְפֶערְט: "עֶס אִיז טַאקֶע וָואר דָאס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעזָאגְט, אַז אוֹיבּ מֶען טוּט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה וֶועט מֶען נִישְׁט שְׁטַארְבְּן פַאר דִי צַייט אוּן עֶס אִיז אוֹיךְ וָואר אַז דֶער אִיד הָאט אֱמֶת'דִיג תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוֹיף זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער עֶר הָאט זִיךְ נִישְׁט מִתְוַדֶה גֶעוֶוען פַארְן אֱמֶת'ן צַדִיק, דֶערִיבֶּער קֶען עֶר נִישְׁט וֶוערְן אוֹיסְגֶעהֵיילְט, אוּן דֶערְפַאר פָאר אִיךְ צוּ אִים כְּדֵי עֶר זָאל זִיךְ קֶענֶען מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר, אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ מִתְוַדֶה זַיין פַאר מִיר וֶועט עֶר גְלַייךְ אוֹיסְגֶעהֵיילְט וֶוערְן, אוּן אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נִישְׁט וֶועלְן מִתְוַדֶה זַיין - וֶועט עֶר וֶוערְן נָאךְ מֶער קְרַאנְק אוּן עֶר וֶועט אָנְהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן 'גֶעוַואלְד, וֵויי וֵויי' - פוּן גְרוֹיס וֵוייטָאג, בִּיז עֶר וֶועט שְׁטַארְבְּן, אוֹיבְן אִין הִימְל רֶעכְנְט מֶען אִים נִישְׁט דִי עֲבֵירוֹת וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן, אוּן אוֹיךְ נָאכְן שְׁטַארְבְּן וֶועלְן דִי קְלִיפּוֹת אוּן דִי חִיצוֹנִים נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם כֹּחַ אוֹיף אִים וַוייל עֶר הָאט שׁוֹין תְּשׁוּבָה גֶעטוּן ,אָבֶּער וִוי לַאנְג עֶר לֶעבְּט נָאךְ וֶועלְן דִי חִיצוֹנִים זִיךְ נוֹקֵם זַיין אִין אִים".


וְכֵן הֲוָה, דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז גֶעקוּמֶען אוּן אִים גֶעזָאגְט בָּזֶה הַלָּשׁוֹן: "זָאג מִיר דַיינֶע עֲבֵירוֹת וָואס דוּ וֵוייסְט, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן אוֹיךְ וָואס אִיךְ וֵוייס", דֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב הָאט דָאס אִיבֶּערְגֶעזָאגְט דְרֵיי מָאל, אָבֶּער דֶער אִיד הָאט נִישְׁט גֶעוָואלְט, עֶר הָאט זִיךְ גֶעשֶׁעמְט, אוּן עֶר הָאט אָנְגֶעהוֹיבְּן שְׁרֵייעֶן: "אוֹי וֵויי, אוֹי וֵויי" - אוֹיף זַיינֶע וֵוייטָאג, וַוייל זַיינֶע גְלִידֶער הָאבְּן אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צֶעבְּרֶעכְן, בִּיז עֶר אִיז גֶעשְׁטָארְבְּן.


נָאכְן דֶערְצֵיילְן דִי מַעֲשֶׂה הָאט דֶער רֶבִּי מְגַלֶּה גֶעוֶוען דִי תּוֹרָה (לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ד), וואוּ דֶער רֶבִּי לֶערְנְט אוּנְז, אַז דוּרְךְ וִדּוּי דְבָרִים פַארְן צַדִיק, גֵייעֶן אַרוֹיס אַלֶע שְׁלֶעכְטְס פוּן דִי בֵּיינֶער.


היינטיגע צייטן קען מען מקיים זיין וידוי דברים לפני הצדיק דורכן גיין צו קברי צדיקים און דארט דערציילן וואס מען האט אלץ געטון, אדער דורך לערנען די ספרים פון צדיק און זיך מתודה זיין אויפן ספר וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - רעדן דריי מינוט צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, וידוי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעדן אינדערפרי איידער איר הויבט אן די שטוב ארבעט זאלט איר באשטומען א צייט פון דריי מינוט פאר התבודדות. נעמט א זייגער, לייגט עס אויפן טיש אין פארנט פון אייך, און רעדט פאר דריי מינוט צום אייבערשטן.


צעטיילט די דריי מינוט אויף דריי; די ערשטע מינוט זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און מיט אייער מאן און קינדער; די צווייטע מינוט זאלט איר אים איבערבעטן אויף אלעס וואס מען טוט נישט וואס מען דארף; אין די דריטע מינוט זאלט איר אים בעטן אז די טאג זאל זיין גוט און שיין, אן קיין צער, אן קיין מחלוקת.


מיר בעטן סוכות: "'הושענא', העלף מיר, 'שלש שעות', איך זאל קענען רעדן צו דיר צעטיילט אין דריי מינוט"; ווייל ווער עס טוט אזוי, ער איז זיך מתבודד, ער דאנקט, ער איז זיך מתוודה און ער בעט אויף ווייטער – דער לעבט א 'גן עדן' לעבן.


א גריס פון אייער מאן, ווען איך זע אים – האב איך נחת.

#7 - וואס טוט מען ביים אנקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן
תהלים, אומאן, תיקון הכללי, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע אומאן וכו'; די ערשטע זאך ווען דו קומסט אריין צו די הייליגע פלאץ, קודש הקדשים, ביים ציון - זאלסטו צוגיין צום ציון און געבן א קוש, זאלסט געבן א פרוטה לצדקה, זאגן "הרינו מקשר עצמי" און אנהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי – שטייט, ווארט ביי ווארט.


ווען דו ענדיגסט די תיקון הכללי זאלסטו זאגן די תפילה פון רבי נתן, שטייטליך ווארט ביי ווארט. זאלסט מאכן השתטחות און זיך מתוודה זיין אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זאלסט דערציילן אלעס אין דיין שפראך (אידיש), אלעס וואס דו האסט געטון פון ווען דו ביסט געבוירן געווארן ביז די רגע וואס דו ביסט ביים ציון, און ווען דו ענדיגסט זיך מתודה זיין - זאלסטו אנהויבן בעטן פאר דיר און פאר אלע אידן, אלע זאלן תשובה טון און אז דו זאלסט טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.


ווען דו ענדיגסט מיט די ווידוי און מיט די בקשות - זאלסטו אנהויבן ספר תהלים, און אז דו וועסט קענען ענדיגן גאנץ תהילים - איז דאס זייער א גרויסע זאך, און אז נישט - זאלסטו נישט ווערן מבולבל.


אויב דו קענסט - זיי מיך מזכיר ביים ציון, די טובות וואס דו האסט באקומען פון מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6 - אונטערנעמען א סכום צוזאמצושטעלן פאר'ן קאמפיין
צדקה, קריאת שמע, וידוי, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר מאכן איינמאל א יאר א קאמפיין פאר די מוסד, די לעצטע פאר יאר האבן מיר דאס געמאכט אין די צייט איידער מען פארט אין קעמפ, די יאר מאכן מיר אנדערש, מיר וועלן מאכן די קאמפיין פרשת עקב; פון מוצאי שבת נחמו - פאר איין וואך. וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך אונטער נעמען א סכום וויפיל געלט דו וועסט צאמשטעלן און מיר שיקן דעם סכום וויפיל דו נעמסט זיך אונטער.


די קאמפיין איז נישט קיין געווענליכע דינער וואס מען ברענגט אייגענע געלט, די קאמפיין איז צו מחזק זיין אלע אנשי שלומינו, אלע וואס זענען א חלק פון קהילת היכל הקודש - זיי זאלן שאפן געלט פון חברים, פון משפחה און פון סתם מענטשן. די פריערדיגע יארן האבן מיר שיין מצליח געווען, מיר האבן געקענט בויען די מוסד און די קהילה זיך שיין אוועק צו שטעלן, מיר האבן נאך אסאך ווייטער צו גיין.


אויך וויל איך זאלסט האלטן א פושקע פון די מוסד ביי דיר אין שטוב, אין אפיס און אין קאר, און ווען עס ווערט פול זאלסטו מיר עס ברענגען, ווייל נאר אינאיינעם וועלן מיר קענען ווייטער מצליח זיין.


זיי שטארק מיט קריאת שמע שעל המיטה, זיי זיך מתוודה איידער דו גייסט שלאפן - וועט מען דיר מוחל זיין אלע דיינע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי ווייסט מען ווען דער אייבערשטער איז מוחל אויף די עבירות?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מוסדות, תשובה, וידוי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש טברי'


איך פריי זיך זייער צו הערן פונעם מנהל אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך מיט דרך ארץ; יעצט איז די חדר נאך קליין, אבער נאך אביסל וועט זיין אסאך קינדער אין די חדר היכל הקודש אין שטאט טברי'.


אויף דיין פראגע 'ווי אזוי ווייסט מען ווען דער אייבערשטער איז מוחל אויף די עבירות?' וויסן זאלסטו, גלייך ווען מען טוט תשובה, מען איז זיך מתוודה, מען זאגט: "הייליגער באשעפער, איך האב געטון די און די עבירה, איך האב חרטה, זיי מיר מוחל" - איז דער אייבערשטער גלייך מוחל.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי): "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דער אייבערשטער זאגט, "מִיָּד שֶׁהֵם מִתְוַדִּים", גלייך ווען א איד איז זיך מתוודה, ער דערציילט דעם אייבערשטן וואס ער האט געטון - "אֲנִי מוֹחֵל לָהֶם", בין איך אים גלייך מוחל.


דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען, איידער דו גייסט שלאפן זאלסטו תשובה טון. זיי זיך מתוודה, זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך האב חרטה אויף אלע שלעכטע זאכן וואס איך האב געטראכט, גערעדט און געטון, איך נעם זיך פאר מער נישט צו טראכטן, רעדן און טון די שלעכטע זאכן". און אויב דו געדענקסט עפעס א נישט גוטע זאך - זאלסטו דאס דערציילן דעם אייבערשטן, שמועס אויס פינקטליך וואס דו האסט געטון, שעם זיך נישט צו דערציילן דעם אייבערשטן אין דיין שפראך; אזוי וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - דארפסט נישט מורא האבן פון אן הקפדה
פחדים, צניעות, הפצה, שבת קודש, קריאת שמע, חסידות, וידוי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, מען האט דיר מכבד געווען צו רעדן דיבורי התחזקות וכו' פאר פרויען און מענער אויסגעמישט, דו פרעגסט אויב דו זאלסט גיין זיי מחזק זיין; חס ושלום, גיי נישט רעדן אין א פלאץ וואו עס איז אויסגעמישט פרויען און מענער.


געב זיך זייער אכטונג נישט רעדן מיט פרויען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יג:): "אֵין אַפּוֹטְרוֹפוּס לָעֲרָיוֹת"; זיי מחזק מענער, אינגעלייט מיט בחורים. געדענק, די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים", אברהם האט מגייר געווען מענער, "וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", און שרה האט גערעדט צו די פרויען, וד"ל.


בענין זאגן שבת קריאת שמע מיט די וידוי; שבת זאגט מען נישט קיין וידוי נאר איינער וואס לעבט מיט די מחשבה אז 'אפשר איז דאס מיין לעצטע נאכט?' אזא איינער קען זיך יא מתוודה זיין. דא האסטו ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל חלק כח, מכתב ד' תקל): "אבל מי שחי בהרגשה כזו, שאולי זה יומו האחרון" ווער עס לעבט מיט די מחשבה 'אפשר איז היינט נאכט מיין לעצטע נאכט?' "הוא מתוודה", אזא איינער קען זיך מתוודה זיין, "אם אדם דבוק בהקדוש ברוך הוא, ויודע שהלילה הזה הוא יומו האחרון" אז א מענטש טראכט א גאנצן צייט פונעם אייבערשטן און ער ווייסט 'היינט איז מיין לעצטע נאכט בזה העולם', "לאדם כזה מותר לומר וידוי בשבת וביום טוב" אזא איינער מעג זאגן וידוי אום שבת.


אז מיר וועלן פאלגן אלע עצות פון מוהרא"ש וועלן מיר זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן.


בנוגע וואס מען זאגט דיר אז עס וועט דיר שאטן די הקפדה פון דעם אדמו"ר וכו'; דארפסט זיך נישט זארגן, ער האט זיכער נישט קיין הקפדה אויף דיר, ער איז אן ערליכער איד, ער פריידט זיך זיכער אז דו ביסט געקומען צום רבי'ן, ער אליינס וואלט אויך אנטלאפן צום רבי'ן, נאר דו ווייסט דאך ווי אזוי עס גייט, אן אדמו"ר איז געבינדן אין קייטן וכו'.


האב נישט מורא פון קיינעם, האב נישט מורא פון קיין הקפדה; זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - די געבורט'ס טאג איז פאר'ן מענטש אזוי ווי ראש השנה
פחדים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה, קבלה טובה, וידוי, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


אייער טאטע האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער לכבוד אייער יום הולדת.


עס שטייט פון צדיקים מען זאל זיך פארנעמען א גוטע זאך אינעם יום הולדת, די געבורט'ס טאג איז פאר'ן מענטש אזוי ווי ראש השנה; זאלט איר זיך מקבל זיין א גוטע זאך.


א סגולה אוועק צו נעמען פחדים; דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", צדקה נעמט אוועק שרעק; נעמט א צדקה פושקע, געבט א פרוטה לצדקה און בעטס דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין שרעק, איך זאל נישט מורא האבן פון קיינעם - נאר פון דיר".


אויך זאלט איר דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אייך, און אויב חס ושלום איר האט געטון עפעס שלעכטס - זאלט איר זיך מתודה זיין. אז מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מען דערציילט אלעס, און אויב מען טוט חס ושלום שלעכטס איז מען זיך מתודה - גייען אוועק אלע פחדים, און אויב מען איז זיך נישט מתודה - האט מען שרעק. דער רבי זאגט (שם, סימן לד): "מִי שֶׁאֵינוֹ מִתְוַדֶּה עַל עֲווֹנוֹתָיו", ווער עס איז זיך נישט מתודה, "מוֹרָא בָּא עָלָיו", באקומט א שרעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מיר וועלן האבן א שווערערע דין וחשבון ווי אנדערע
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, תשובה, וידוי

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת אמור, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש זאגט: "מיר וועלן האבן א שווערערע דין וחשבון ווי אנדערע, מען וועט אונז פרעגן 'פארוואס האסטו נישט געפאלגט דעם רבי'ן? האסט דאך געהאט א רבי מיט וואונדערליכע עצות!'"


דער עיקר עצה פון רבי'ן איז זיך אויסקרעכצן צום אייבערשטן, אפילו מען פאלט זאל מען נישט בלייבן ביי די פלאץ נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן; אזוי שטייט דאך (דברים כב, כז): "צָעֲקָה הַנַּעֲרָה", דעריבער: "אֵין לַנַּעֲרָה חֵטְא מָוֶת", ווייל זי האט געשריגן, "וְאֵין מוֹשִׁיעַ לָהּ".


דאס דארפן מיר טון ווען מען זעט זיך אזוי ווייט... שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, נעם מיך צו דיר, זיי מיך מקרב צו דיר".


איך האף צום אייבערשטן צו זיין ל"ג בעומר אין מירון, איך וועל דאווענען פאר דיר.

#1 - ווען דו גייסט אריבער אזא שווערע נסיון, דארפסטו זיך שטארקן מיט אמונה
תפילות אויף אידיש, שידוכים, צרות, תכלית, קריאת שמע, גט, וידוי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות; בעיקר זאלסטו זיך מחזק זיין אין אמונה אינעם אייבערשטן. בפרט יעצט ווען דו גייסט אריבער אזא שווערע נסיון; האסט חתונה געהאט און זיך גלייך געדארפט גט'ן השם ישמרינו, זי האט דיר אויסגעפאפט וכו', דו האסט אזוי לאנג געווארט, דו האסט געמיינט אז דו האסט געטראפן דיין זיווג, דו וועסט אינאיינעם אויפשטעלן א שיינע שטוב און יעצט איז אלעס צעפאלן, זי האט בכלל נישט געוואלט חתונה האבן נאר דיר פשוט אריינגענארט.


שטארק זיך, נעם אריין אמונה אין דיר, האלט אין איין חזר'ן: 'דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס; קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס, נישטא קיין פערצופאל, נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער, דער אייבערשטער האט זיך אנגעטון כביכול מיט א לבוש פון דומם, צומח, חי און מדבר, אבער אלעס איז ער אליינס, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווילן נישט וויסן און פארשטיין, מיר דארפן נאר אים דינען און אין אים גלייבן'.


גיי יעדן טאג התבודדות, בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך פשוט'ע הארציגע ווערטער, דורכדעם וועט געשען צוויי זאכן, איינס, דו וועסט טרעפן דיין שידוך און צווייטנס, ביז דו וועסט טרעפן דיין שידוך און נאך וואס דו וועסט טרעפן דיין שידוך וועט דיין לעבן זיין אן אנדערע לעבן, ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף א שטארקע אמונה, עס בויט אויף א זיכערקייט אינעם מענטש, מען ווערט א שטארקער מענטש און דאס לעבן איז אנגאנצן אנדערש.


דא האסטו א קליינע תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, איך וויל שוין אויפשטעלן א שטוב, איך וויל נישט זיין אליינס.


הייליגער באשעפער, איך גלייב באמונה שלימה אז די גאנצע פרשה; מיין שידוך, מיין גט - אלעס איז פאר מיר לטובה, די גאנצע עגמת נפש וואס איך בין אריבער - אלעס איז נאר פאר מיין גוטס, פאר מיין תיקון. יעצט בעט איך דיר אייבערשטער, העלף מיר, איך וויל חתונה האבן מיט אן ערליכע פרוי, איינע וואס וועט גלייבן אין דיר און גיין אין די וועג פון די תורה, העלף מיר אייבערשטער איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי צעריסן, איך קען מער נישט, איך וויל שוין לעבן.


העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ובזכות אלע צדיקים, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגֹאֲלִי".


בנוגע זיך מתוודה זיין פאר'ן גיין שלאפן ווען מען ליינט קריאת שמע של אריז"ל; על פי הלכה איז מען זיך נישט מתוודה שבת און יום טוב, אבער אז איינער לייגט זיך שלאפן מיט די מחשבה 'דאס איז מיין לעצטע טאג', ער שפירט ביי זיך אז ער דארף זיך אנגרייטן מיט וידוי דברים, - די זענען זיך מתוודה שטענדיג, אפילו שבת און יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.