בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאג משניות, זאג אסאך משניות
משניות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נעכטן איז געווען די יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך בין זיך אזוי מתבונן, איך דערמאן זיך די ערשטע שמועסן וואס איך האב זוכה געווען צו רעדן מיט מוהרא"ש, איך האב אנגעהויבן דערציילן ווי שטארק איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האב געוואלט אויסרעדן מיין הארץ, און מוהרא"ש האט מיך אפגעשטעלט, מוהרא"ש זאגט מיר: "זאג משניות, זאג אסאך משניות", איך האב ווייטער געוואלט רעדן, ווייל עס איז מיר געווען אנגעפילט מיין הארץ מיט ווייטאג פון אזוי לאנג וועלן זיין ערליך און טון פארשידענע סארט עבודות משונות וואס איך האב געטראכט אז דאס וועט מיר העלפן, און נאכן גיין צו אזויפיל גוטע אידן, און ענדליך האב איך געטראפן מוהרא"ש האב איך זייער געוואלט רעדן, אבער מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "זאג משניות", און ברוך השם דאס האב איך דעמאלט געטון און ביז היינט טו איך דאס.


על כן זאלסטו אויך זיך באפלייסן אין לימוד משניות, בפרט אז מען איז זוכה צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וואשט אויס די נשמה, עס וואשט אפ פון אלע פלעקן. זאגן אכצן פרקים משניות איז נישט מיין זאך, עס איז דעם רבינ'ס זאך, א שיחה פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קפה), דער רבי האט געגעבן פאר מוהרנ"ת און פאר נאך אנשי שלומינו א הנהגה זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, און מוהרא"ש זאגט, ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה האט אים געזאגט, ער האט געקענט אן אייניקל פון חנה צירל, רבי נתן'ס טאכטער, וואס פלעגט נישט אויסטון זיין טלית ותפילין ביזן ענדיגן אכצן פרקים משניות.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, עס היילט די נפש, מען ווערט ריין.