בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#235 - די תורה זעטיגט די נפש און מאכט דעם מענטש צופרידן
תודה והודאה, מוסדות, משניות, התבודדות, קהילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב הנאה יעדע מאל איך זע אדער הער אז דו העלפסט די מוסדות, ווייל דאס איז מיין סימן אז אין הארץ האט מען נאך א שטארקע געפיל פארן רבי'ן, ווען מען זעט ווי מען קומט מיט א געפיל און פרישקייט העלפן די מוסדות אדער ביי קהל'ישע זאכן.


יעצט ווען מען איז אין די חדשים וכו' – קען זיין אביסל שווער פאר די ווייב וכו'; דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס, מען דארף דערטאפן און דערשמעקן וכו', נישט איבערגיין די מאס וכו'; ווייל אין די חדשים איז ביי אסאך שווער די גאנצע זאך, און אמאל אז מען גייט איבער די מאס – קען דאס האבן א שלעכטע השפעה אפילו אויף שפעטער.


העיקר זאג יעדן טאג משניות, מי יתן אז דו קענסט אנקומען צו גורס זיין ח"י פרקים משניות, מיט א יום תהלים; דאס וועט דיר זעטיגן דיין נפש און דיך מאכן פרייליך און צופרידן, די תורה זעטיגט די נפש און מאכט דעם מענטש צופרידן.


גיי א שפאציר יעדן טאג מיטן אייבערשטן, גיי איבער דיין טאג, דיין וואך, דיין לעבן, הייב אן מיט דאנקען און לויבן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, און נאכדעם גיי אריין אין בעטן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צום אים, דו זאלסט אויסניצן דיין לעבן אויף תורה ותפילה און אויף טון מצוות, נישט אויף נארישקייטן.

#234 - דער בחור וויל זיין ערליך, ריין, הייליג, און פאלט כסדר
אמונה, תהלים, משניות, התבודדות, שידוך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, ב' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך, שטארק זיך מיט אמונה, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט אלעס נאר פאר דיין גוטס, און אויך דו האסט א שידוך, און דאס וואס עס האלט זיך אויף – איז נאר לטובתך, אויך זאלסטו זיך פרייען אז דו ביסט מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס געבט אונז אזעלכע ליכטיגע און זיסע עצות ווי זיך צו קענען דערהאלטן.


בנוגע די שידוך וואס די מיידל האט געזאגט 'ניין' נאכן שמועסן מיט דיר; דאנק דעם אייבערשטן פאר דעם, ווייל דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקצה), אז אמאל איז דא א שידוך וואס מען דארף זיך טרעפן און שמועסן און דאס איז די גאנצע שידוך, איינער זאגט ניין און עד כאן איז די שייכות, עיין שם; טארסטו נישט ווערן צעפאלן, גלייב באמונה שלימה אז דאס איז געווען א קליינע שידוך, און יעצט וועט קומען די שידוך פאר די לעבן.


העיקר זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן, לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות כסדרן, זאג די ווערטער, דארפסט נישט דוקא פארשטיין, זאג די ווערטער בקול ובניגון ובנעימה, מיט א געשמאק, און אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג פון דיין לעבן – תהלים, מי יתן אז דו קענסט ענדיגן יעדן טאג ספר תהלים, אדער לכל הפחות יעדע וואך תהלים, און אויך זאלסטו זיך ערגעץ באהאלטן אין א פלאץ וואו קיינער וועט דיך נישט שטערן, (עס קען אפילו זיין אינמיטן בית המדרש צווישן מענטשן, אויף א וועג וואס מען האט נישט מיט קיינעם יעצט, ודי לחכימא), און שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך, ריין, הייליג, און ווי דו האלטסט און איין אראפפאלן, טענה זיך אויס אז דו האסט אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן יונג און ריין און יעצט ווערסטו עלטער און עלטער און דו האלטסט אין איין פוגם זיין, וויין צום אייבערשטן, זאג פארן אייבערשטן אז דו ביסט א שוגג און אן אונס, און ווי שווער עס איז צו זיין אליין אן א שידוך, זיין א פלג גוף, א האלבע מענטש, ווייל וויסן זאלסטו אז עס איז דא א הייליגע מלאך מיטן נאמען ..., וואס ער נעמט ארויף די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס פאלן נעבעך אראפ און קומען נאכדעם צום אייבערשטן וויינען אז זיי ווילן זיין ערליך אבער זיי קענען נישט; דער מלאך מאכט פון די תפילות שיינע קרוינען פארן אייבערשטן, מוהרא"ש האט גערעדט פון דעם בבחינת מגלה טפח ומחסה טפחיים וכבוד אלקים הסתר דבר, ודי לחכימא.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#233 - אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן
משניות, מוהרא"ש, נסיונות, חתן, שוועריקייטן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, לאז זיך נישט נאך. וויסן זאלסטו, מען פרובירט אויס יעדן איינעם, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קיט), מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, נישטא איינער וואס זאל נישט אריבערגיין שוועריקייטן; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן, אבער יעדער איינער מאכט מיט, אפילו די רייכע מענטשן, די שטארקע, די געלונגענע - אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און אנטלויפן צו די תורה.


זע צו זאגן יעדן טאג משניות, מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו, דאס וואס דער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן יט), אז ווער עס וועט לערנען יעדן טאג כך וכך, אפילו ער זינקט אין די טומאה, ער טוט עבירות - וועט ער ווערן אן ערליכער איד; זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ח"י פרקים משניות, אויף דעם זאגט דער רבי אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


זיי פרייליך, נאך אביסל ביסטו א חתן; דראפע זיך און דערהאלט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#232 - השמר והזהר, ברענג נישט אריין א קאמפיוטער אין שטוב
קאמפיוטער, משניות, גמרא, אינטערנעט, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


הרב ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע, עס איז שוין שווער פאר דיין ווייב מיט א שטוב מיט קינדער ווייטער ממשיך זיין מיט די ארבעט, און דער בעל הבית טוט ענק פארשלאגן ענק זאלן אריינברענגען אין שטוב א קאמפיוטער מיט אימעיל, אזוי וועט זי קענען ממשיך זיין מיט די ארבעט; ענק פרעגן וואס איז ריכטיג.


טייערער ברודער, השמר והזהר, ברענג נישט אריין אין שטוב דעם קאמפיוטער אפילו מיט די בעסטע פילטער; ענדערש זאל זי זיך ארויסשלעפן פון שטוב, זיך שלעפן מיט די קינדער צום בעביסיטער און סקול, און צוריק וכו' – ווי איידער האבן א קאמפיוטער אין שטוב. ווייל אזויפיל גוטע און טייערע משפחות זענען צעפאלן פון דעם, און מען דארף זיך האלטן מיט די ערליכע רבנים וואס זיי זאגן; ווייל צו זיי קומען אן אזויפיל מעשיות ווי משפחות צעפאלן השם ישמרינו.


אויך דו זאלסט זיך מאכן א גדר מער נישט צו גיין אין א קיאסק, און אלעס וואס דארף ווערן ערלעדיגט – זאל דיין ווייב טון אין אפיס, און מאך זיך שיעורים קבועים בכל חלקי התורה, מאך זיך א שיעור אין גמרא; זיי גורס ש"ס, לערן יעדן טאג אסאך בלעטער גמרא.


אויך זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיך אויסוואשן און אויסרייניגן, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק, וועסט האבן ריינע מחשבות מיט א ריינע הארץ פארן אייבערשטן.

#231 - אפגעזאגט פון דיין פרנסה? ס'איז נאכנישט עק וועלט
שלום בית, תהלים, משניות, פרנסה, גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


זארג נישט פאר פרנסה, דער אייבערשטער געבט יעדן איינעם פרנסה, און אז מען האט דיך אפגעזאגט פון דיין פרנסה – איז נאכנישט עק וועלט, וועסט טרעפן א בעסערע פרנסה; נאר בתנאי אז דו זאלסט זיך נישט קלויבן, נאר וואס מען רעדט צו דיר, וואס מען וויל דיר געבן – זאלסטו נעמען, און נישט אפזאגן קיין פרנסה.


פרעג דיינע חברים און באקאנטע ווער עס ווייסט פון א פרנסה, ווער עס זוכט אן ארבעטער, און ביז דו טרעפסט נישט וואס צו טון – זאלסטו קומען אין שול לערנען און דאווענען, עס איז נישט גוט צו זיצן אין שטוב א גאנצן טאג מיט די ווייב, עס קען שאטן פאר די שלום בית.


זיי זיך קובע צו לערנען אסאך גמרא און אסאך משניות, אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהלים, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צום אים, דו זאלסט זוכה זיין אים צו דינען ווי מען דארף.

#230 - נישט פארפאסן די שיעורים, די שיעורים וועקן אויף פון שלאף
משניות, מעביר סדרה, שלחן ערוך, שיעור, תמימות ופשיטות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט דיך צו זען הושענא רבה ביי אונז אין שטעטל, איך האף דו האסט אויך הנאה געהאט פון די דאווענען און פון די דרשות, און דאס האט דיך צוריק אנגעצינדן נאכאמאל אנהייבן לעבן מיטן רבי'ן עצות.


איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט היינט צו טאגס; אויב דו וואוינסט נאך אין 'מאנסי' זאלסטו וויסן אז מיר האבן א שול אין מאנסי, און יעדע וואך ליל שישי אום ניין אזייגער קען מען מיט האלטן די שיעור וואס מען געבט אין ישיבה; די שיעורים קען מען מיטהאלטן יעדע וואך ליל שישי סיי אין מאנסי, סיי אין מאנרא, אויך אין לעיקוואד און אין שטעטל. די אדרעס פון די מאנסי שול איז 34 יוניען ראוד, ספרינג וואלי, און אז דו וואוינסט נאך אין מאנסי איז א שאד צו פארפאסן די שיעורים, די שיעורים וועקן אויף פון שלאף, עס איז מחזק צו זיין א איד בתמימות ופשיטות, און אויף האבן א גוטע שלום בית מיטן אייבערשטן.


שטארק זיך לכבוד די נייע יאר צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, לערן יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום. אויך זאלסטו צוריק אנהייבן לערנען משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג צוויי הלכות פון ספר קיצור שלחן ערוך.

#229 - א געזונטע סדר היום פאר'ן לאנגן ווינטער
משניות, סדר היום, התבודדות, ווייב, שול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


אפילו איך האב דיר שוין געזאגט און געשריבן, וויל איך דיר נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פארן העלפן מסדר זיין די שול. דער שמש ר' ישראל פוקס נרו יאיר, האלט מיר אין איין זאגן אז דו העלפסט די שול עס זאל זיין ריין און מסודר, דו לייגסט אוועק די ספרים בהתנדבות לבך, און אזוי ווייטער, דאס ווייזט אז דו האסט א שטארקע געפיל צום הייליגן רבי'ן, דו ביסט מכיר טוב דעם רבי'ן, און דערפאר העלפסטו.


עס קומט א לאנגע ווינטער, מאך זיך א געזונטע סדר היום, לייג זיך שלאפן פרי; דאווען מעריב פרי, און גיי אהיים פארברענגען מיט דיין ווייב, און גייט שלאפן, אזוי וועסטו אויפשטיין פרי און קענען גיין התבודדות. גיי נישט מיט די קאר אין שול, גיי א שפאציר, אזוי וועט די התבודדות זיין בקביעות, און לערן אין 'כולל בוקר' ח"י פרקים משניות; ווען דו לערנסט ח"י פרקים משניות זאלסטו ארויסזאגן די ווערטער, דו זאלסט זיך קענען הערן, זינג די ווערטער מיט א ניגון; אויך זינג דעם "יום תהלים", און לייג אריין דיינע אייגענע בקשות און לויב ווערטער, און אז עס בלייבט דיר צייט פארן דאווענען – זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין זאגן תיקונים, דאס זאלסטו אויך זאגן בקול, מיט א ניגון; דאס וועט אויסציכטן און אויסגלאנצן דיין נשמה.

#228 - משניות נעמט אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה
משניות, אומאן, מוהרא"ש, יראת שמים, פרייליך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב אזוי הנאה געהאט דיך צו זען אין אומאן, איך האב זיך אזוי געבענקט צו דיר, איך האב געזען אויף דיר אז דו ביסט פרייליך; איז דאס א באווייז אז דו ביסט מיט יראת שמים.


איך פריי זיך אז דו האסט מיר קלאר געמאכט ביים רעדן פריוואט וכו' וכו'; איך בין געווארן רואיג.


שטארק זיך בלימוד התורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מוהרא"ש זאגט אז משניות איז סטי"ל ווא"ל פאר די נשמה, און אזוי ווי סטי"ל ווא"ל נעמט אראפ די איינגעגעסענע שמוץ פון כלים, אזוי אויך נעמט משניות אראפ אלע איינגעגעסענע שמוץ פון די נשמה.


שרייב מיר יעדע וואך א בריוו, איך וויל האבן קשר מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#227 - שוין צייט אראפצוגיין פון אלע גרופס
משניות, טעלעפאן, מוהרא"ש, חתונה, ח"י פרקים משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, דריטע אות פון שם הוי"ה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לערנען די הייליגע תורה, זיי ממשיך מיטן לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; מוהרנ"ת זאגט (שיחות הר"ן סימן קפה): "לכמה אנשים צוה לומר ח"י פרקים משניות בכל יום", דער רבי האט געהייסן אסאך פון אנשי שלומינו זאלן זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; זאגט מוהרא"ש, איז דאך גוט זיך אריין צו שטעקן דעם קאפ און זיין פון רבינ'ס לייט וואס טוען וואס דער רבי האט געזאגט.


איך וויל דיר בעטן עפעס, יעצט אז דו גייסט חתונה האבן זאלסטו זיך אפלאזן פון די נארישע זאכן פון כאפן בילדער און לייגן אויף גרופס, טו אויס די קינדערישע נארישע שיך, עס איז נישט גוט צו זיין אויף גרופס, אויך הער איך פון דיינע חברים אז דו ביסט אזוי אריינגעטון אין דעם אז דו ביסט ממש נישט ביי זיך, דיין קאפ איז מער אינעם טעלעפאן, און אז דו גייסט יעצט חתונה האבן - איז גוט דו זאלסט אפלאזן די גרופס; גיי אראפ פון יעדע גרופ, אנגעהויבן פון ישיבה גרופ, חברים גרופ, נאנטע חברים גרופ, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן יום טוב.

#226 - נאר דורך לערנען תורה קען מען זיך דערווארעמען
תודה והודאה, משניות, הצלחה, התבודדות, שיעור הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך בין שוין צוריק געקומען קיין וויליאמסבורג נאכן נישט זיין פון אנהייב זומער, איך האף צוריק צו באנייען די שיעור הלכה פאר אברכים יעדע נאכט אין ישיבה, איך האף דו וועסט קומען מיטהאלטן די שיעור, עס קומט א לאנגע קאלטע ווינטער, די יאר איז נאך לענגער, עס איז אן עיבור יאר, און נאר דורך לערנען תורה קען מען זיך דערווארעמען און זיך דערהאלטן.


הייב אן דיין טאג מיט התבודדות, גיי א שפאציר און בעיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, דאס וועט דיר עפענען דיין מח און הארץ, דו וועסט שפירן גדלות המוחין; דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן מאכט אויף די מח, עס ווערט ברייט, מען גייט ארויס פון די קטנות הדעת, און אזוי איז מען מצליח סיי ברוחניות, אין עבודת השם יתברך, און סיי בגשמיות, מען איז מצליח אין געשעפט, אין ביזנעס.


אויך זאלסטו טראגן מיט דיר א קליינע משניות, און ווען דו האסט צייט – זאלסטו ארויסכאפן נאך א פרק משניות, און נאך א פרק משניות.

#225 - וועק זיך אויף, באניי דיין התקרבות לרבינו
משניות, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט לימוד התורה, מאך זיך א שיעור צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר אויסוואשן דיין נפש, רוח ונשמה, דו וועסט ווערן ריין און ציכטיג. מוהרא"ש זאגט, אזוי ווי ווען מען וואשט געשיר איז דא סטיל וואל וואס נעמט אראפ אלע הארטע איינגעגעסענע שמוץ וואס קומט נישט אראפ, און מיט סטיל וואל קומען אלע שמוץ אראפ, אפילו די שטערקסטע שמוץ – אזוי איז מיט זאגן פרקים משניות, אפילו מען איז פארשמירט מיט שמוציגע עבירות, מען האט אלטע איינגעגעסענע הארטע שמוץ וואס זענען שוין אזוי לאנג אינעם מענטש, איז משניות די עצה, פרקים משניות מאכט ריין.


וועק זיך אויף, באניי זיך, באניי דיין התקרבות לרבינו; וואס איז היכל הקודש? סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) – איז היכל הקודש; דער וואס טראגט מיט זיך א קליינע משניות – דער איז היכל הקודש. איך בעט דיר זייער, באניי זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, הלכה וספרי רבינו, ועוד; עס קומט א לאנגע קאלטע ווינטער, און נאר מיט לערנען תורה קען מען זיך אנווארעמען; נאר מיט סדר דרך הלימוד, מיט זאגן משניות און תהלים.

#224 - א שיינע דירה
משניות, דירה, גן עדן, שנים מקרא ואחד תרגום, נאך א דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך זע אז דו קומסט אלץ פרעגן וועגן קויפן דירות וכו', און יעצט ווילסטו קומען אין שטעטל וואוינען און דו פרעגסט אויף אזא דירה אדער אזא דירה; איך פארשטיי נישט צו קיין דירות, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט זיך אנגרייטן א שיינע דירה אויף יענע וועלט; מאך זיך א סדר צו לערנען יעדן טאג מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער, אויך א שיעור אין משניות – צו לערנען יעדן טאג אפאר פרקים משניות, און דפים גמרא; מיט דעם וועסטו זיך בויען א שיינע דירה אין גן עדן, און ווען דו ווערסט פארטיג מיט איין דירה – זאלסטו אנהייבן בויען נאך א דירה און נאך א דירה, ענדיג נאך א מסכתא און נאך א מסכתא, אין זוהר שטייט (הקדמת התיקונים, דף יד ע"ב), יעדע מסכתא וואס מען לערנט – איז מען זוכה צו באקומען א גאנצע וועלט.


ליבער ברודער, נאר דאס איז תכלית, נאר תורה און תפילה. ביי אנשי שלומינו איז דא א תנועה מיט די ווערטער: "אט גייט מען זוכן א שיינע דירה, און אט פירט מען שוין צו די קבורה"; צו געדענקען פון עלמא דאתי, זיך היטן די זכרון, נישט אריינפאלן אין שכחה, מיתת הלב, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נד); געדענקען אריין צו כאפן נאך א פרק משניות, נאך א בלאט גמרא, נאך א תורה אין ליקוטי מוהר"ן.


וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן, ער קויפט און בויט נאך א דירה און נאך א דירה בעלמא דאתי לנצח נצחים.

#223 - ווארט נישט אויף מארגן, לערן היינט אביסל תורה
התחזקות, משניות, פרנסה, גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו שטארקסט זיך און דו ניצט דעם רבינ'ס עצות.


זע עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תורה, און אפילו דו ביסט אויסגעמאטערט פון ברענגען פרנסה – זאלסטו ארויסכאפן לערנען אויפן הייליגן רבינ'ס וועג (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן אביסל חומש, אביסל משניות און גמרא, נעם מיט דיר א זעקל ספרים; א חומש, א משניות, א גמרא, מיט א תהילים'ל; וואו דו גייסט זאלסטו דאס מיט דיר מיטנעמען, און ווען דו האסט צייט זאלסטו לערנען.


זאג נישט 'מארגן', טראכט נישט: 'קומענדיגע וואך וועל איך לערנען'; די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, ד): "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", קען זיין אז דיין גאנץ לעבן וועסטו זיין פארנומען; וואס ווייסטו וואס מארגן וועט זיין? די הייליגע חכמים זאגן (תנחומא שמיני, ח): "לֹא כָּל מִי שֶׁשָׂמֵּחַ הַיּוֹם שָׂמֵחַ לְמָחָר", נישט דער וואס איז היינט פרייליך – וועט מארגן זיין פרייליך; וואס ווייסט א מענטש וואס דער מארגן וועט זיין?


מאך יעצט אויף א משניות, און זיי גורס א פרק, און מאך יעצט אויף די גמרא, לערן א שיעור אין גמרא, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#222 - ראש חודש אלול, עס כאפט א ציטער
התחזקות, תשובה, משניות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ראש חודש אלול, מען בלאזט שוין שופר, עס כאפט א ציטער, מען גייט אונז שוין דן זיין. ביים רבי'ן איז אמאל געווען ראש חודש אלול א מעשה, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן לט): "היינט האב איך זיך זייער דערשראקן ווען איך האב געהערט בלאזן שופר; שפעטער איז געקומען מיין טאכטער אדל און געזאגט: 'טאטע, היינט האב איך זיך זייער דערשראקן, איך האב תשובה געטון ווען איך האב געהערט בלאזן שופר'", און דער רבי האט דעמאלט מגלה געווען די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קמא), אויף די ווערטער פונעם פסוק (דברים ל, ו): "אֶ'ת לְ'בָבְךָ וְ'אֶת לְ'בַב", וואס איז נוטריקון די ווארט "אלול"; ווען א מענטש איז זוכה און ער שפירט זיינע זינד, ער האט חרטה אויף אלעס וואס ער האט געטון - ווערט א גרויסע התעוררות ביי זיינע קינדער, אלע טוען תשובה, און נישט נאר די קינדער טוען תשובה, נאר אויך די קינדער וואס זענען נעבעך באשאפן געווארן פון פגם הברית, אלע טוען תשובה, עיין שם.


ביים שופר בלאזן זאלסטו זיך איבערדעקן מיטן טלית און האב אינזין די כוונות; תקיעה – "עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר" (קהלת ז, כט), שברים - דורך עבירות האט מען עס צעבראכן, וואס איז די עצה? תרועה - זיך אויסוויינען פארן אייבערשטן, און תקיעה - עס ווערט צוריק גאנץ.


אויך זאלסטו יעצט לכבוד חודש אלול זיך באנייען אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס טוט אויסוואשן די נשמה און עס טוט ארויסשלעפן דעם מענטש פון די נידריגסטע פלעצער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות, און רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.


א גוטן חודש.

#221 - נעמען מעדעצין פאר דעפרעסיע
אמונה, התחזקות, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נעם מעדעצין פאר דעפרעסיע, און אזוי, ווען דו וועסט זאגן אכצן פרקים משניות – וועסטו קענען זיך היילן; ווייל אמאל אז מען איז אריבער וואס מען איז אריבער, און עס איז געווארן שבירת הכלים, דארף מען א סעד לתמכו, דעמאלט דארף מען נעמען מעדעצין, און דעמאלט קען מען ניצן די סגולות פון הייליגן רבי'ן.


קלאפ זיך נישט מיט דעם וואס דו דארפסט נעמען מעדעצין, עס איז נישט שלעכט ווען מען דארף דאס האבן וכו'; איין שלעכטע קוק דארף מער וויי טון, איין שלעכטע ווארט דארף וויי טון, און אז מען דארף נעמען מעדעצין – איז גארנישט שלעכט.


העיקר פריי זיך מיט יעדע נקודה טובה, מיט דעם וואס דו האסט אמונה, פריי זיך מיט שמירת שבת, מיט מזוזה וכו'.

#220 - גיי צאמגענומען, מאך דיינע פיאות געקרייזלט
הפצה, משניות, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו שטארקסט זיך בעבודת השם, סיי מיט לערנען שיעורים כסדרן אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), סיי מיט התבודדות, און סיי מיט הפצה; איך בין זייער צופרידן פון דיר, און איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט שנעל טרעפן א גוטע שידוך.


גיי צאמגענומען, מאך דיינע פיאות געקרייזלט, אויך אינמיטן טאג ווען עס ווערט צעפלויגן זאלסטו דאס נאכאמאל צאנעמען מיט וואסער. מוהרא"ש דערציילט אז דער רבי פלעגט יעדע מאל איידערן ארויסגיין אין גאס זיך צאמנעמען די פיאות מיט וואסער, און עס ליגט אין די געקרייזלטע פיאות גרויסע הייליגקייטן.


לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות; זאג די ווערטער, אפילו נאר זאגן די ווערטער איז מקדש ומטהר דעם מענטש. אויך זאלסטו זאגן דעם יום תהלים יעדן טאג, אויך זאלסטו גיין הפצה, (ווען דו גייסט הפצה זאלסטו גיין צאמגענומען און ריין).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#219 - נאגל דיך אראפ, ביז דו ענדיגסט נישט ח"י פרקים משניות
משניות, לימוד התורה, ספירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב זייער הנאה געהאט צו רעדן מיט דיר נעכטן; איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט זיך שטארקן אין לערנען ח"י פרקים משניות, מאך זיך א קביעות, נאגל דיך אראפ, זיץ אויף א פלאץ אן אויפשטעלן ביז דו ענדיגסט נישט ח"י פרקים משניות. מוהרא"ש דערציילט, ווען ער איז געווען א בחור און געפונען דעם רבינ'ס ספרים, עס איז אים אנטפלעקט געווארן דער סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), האט ער געמאכט אן אפמאכט אז ער נעמט נישט ארויס זיינע פיס פון די טיילס (קאַכלען), ביז ער ענדיגט נישט אכצן פרקים משניות; אזוי זאלסטו טון.


מיר גרייטן זיך צו קבלת התורה, מיר ציילן די טעג פון ספירה צו קומען צום בארג סיני; ווי אזוי איז מען זוכה צו קבלת התורה? דורך לערנען די הייליגע תורה, דורך לערנען יעדן טאג חומש מיט די תרגום פון די וואכעדיגע פרשה איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין; און א שאד אז מען איז מזלזל אין די מצוה, מען קען זוכה זיין צו אזויפיל גוטס דורך מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מען קען זוכה זיין צו זייער שטארקע הצלחה, און אויך צו קדושה וטהרה דורך לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט די תרגום פון די פרשת השבוע.


על כן ליבער ברודער, יעצט ווען מיר ציילן די טעג פון ספירה זאלסטו זיך מאכן א קביעות יעדן טאג צו לערנען חומש מיט תרגום, אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג משניות; מה טוב ומה נעים אז דו קענסט לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיך מטהר זיין און מזכך זיין, ווייל נאר לערנען תורה רייניגט דעם מענטש און ברענגט אים צו קענען לעבן מיטן אייבערשטן מיט א שטארקע אמונה.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען גמרא. לערן ש"ס כסדרן, אין אנהייב לערן עס בגירסא, זאג די ווערטער. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", ווען מען לערנט דארף מען נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, שפעטער וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט דאס לערנען, ווייל דאס אליין אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט שווערער דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, "וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ", און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, "מַה בְּכָךְ" - איז וואס? איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג.; עבודה זרה יט.): "לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר", אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין, וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#218 - א פראבלעם מיט'ן הארץ
קברי צדיקים, רפואה, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז מען האט דיר אנגעשראקן אז עפעס איז מיטן הארץ פונעם קינד, זאלסטו שוין גיין צו א ציון פון א צדיק (גיי קיין ריבניץ), און זיי זיך דארט מקבל אז דו גייסט היטן דיין הארץ דורך היטן די אויגן; לייג ארויף די שטערקסטע פילטער אויף דיינע כלים, געענדיגט מיט קוקן שמוץ, מיט נאך קוקן פרויען און רעדן פון די זאכן וכו' השם ישמרינו.


אויך זאלסטו זיך שטארקן אין זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט), אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, אפילו אזא מענטש קען די תורה אויך העלפן, די תורה האט אזא כח אז עס קען ארויסנעמען דעם מענטש פון די עבירות, און אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; און רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט די שיחה פון פריער, אז די תורה איז אן עצה ארויס צו שלעפן דעם מענטש פון עבירות, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'אויב תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס ליגט אין די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם, ער זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה - וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#217 - זאג משניות, זאג אסאך משניות
משניות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נעכטן איז געווען די יארצייט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך בין זיך אזוי מתבונן, איך דערמאן זיך די ערשטע שמועסן וואס איך האב זוכה געווען צו רעדן מיט מוהרא"ש, איך האב אנגעהויבן דערציילן ווי שטארק איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך האב געוואלט אויסרעדן מיין הארץ, און מוהרא"ש האט מיך אפגעשטעלט, מוהרא"ש זאגט מיר: "זאג משניות, זאג אסאך משניות", איך האב ווייטער געוואלט רעדן, ווייל עס איז מיר געווען אנגעפילט מיין הארץ מיט ווייטאג פון אזוי לאנג וועלן זיין ערליך און טון פארשידענע סארט עבודות משונות וואס איך האב געטראכט אז דאס וועט מיר העלפן, און נאכן גיין צו אזויפיל גוטע אידן, און ענדליך האב איך געטראפן מוהרא"ש האב איך זייער געוואלט רעדן, אבער מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "זאג משניות", און ברוך השם דאס האב איך דעמאלט געטון און ביז היינט טו איך דאס.


על כן זאלסטו אויך זיך באפלייסן אין לימוד משניות, בפרט אז מען איז זוכה צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וואשט אויס די נשמה, עס וואשט אפ פון אלע פלעקן. זאגן אכצן פרקים משניות איז נישט מיין זאך, עס איז דעם רבינ'ס זאך, א שיחה פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קפה), דער רבי האט געגעבן פאר מוהרנ"ת און פאר נאך אנשי שלומינו א הנהגה זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, און מוהרא"ש זאגט, ר' לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה האט אים געזאגט, ער האט געקענט אן אייניקל פון חנה צירל, רבי נתן'ס טאכטער, וואס פלעגט נישט אויסטון זיין טלית ותפילין ביזן ענדיגן אכצן פרקים משניות.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, עס היילט די נפש, מען ווערט ריין.

#216 - דיינע צוויי פרקים משניות, איז ווי א צווייטנ'ס אכצן פרקים
משניות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו זאג יעדן טאג צוויי פרקים משניות, קוק נישט אויף אנדערע וואס קענען זאגן מער און שנעלער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): "אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון את לבו לשמים", דער עיקר זעט דער אייבערשטער די הארץ; איינער קען מער, איינער קען ווייניגער, דער עיקר איז די הארץ, אז מען וויל זיין גוט און מען טוט דאס וואס מען קען.


צעברעך זיך נישט, קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין מגיד שיעור אז ער זאל וויסן אז דאס איז דיינע שיעורים, און ווען ער פרעגט אויס אלע בחורים וויפיל מען האט געלערנט - זאל ער וויסן אז דיינע צוויי פרקים משניות א טאג איז די זעלבע חשוב ווי א צווייטנ'ס אכצן פרקים משניות.


זאג יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#215 - פאדקעסטס פון מינים ואפיקורסים
משניות, פאדקעסט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דעם וואס דו האסט אפגעלאזט אלע עפפס, אלע פאדקעסטס; ווייל די סכנה פון די אינטערנעט איז דאס וואס אינגעלייט הערן זיך צו וואס מינים ואפיקורסים רעדן דרשות, אזויפיל טרייף פסול קומט ארויס יעדע רגע, מענטשן וואס זעען אויס אז זיי קענען און ווייסן וואס זיי רעדן, זיי זעען אויס ווי תלמידי חכמים, אבער עס איז מינות וכפירה, און נעבעך טייערע אומשולדיגע אינגעלייט ווערן אנגעפילט מיט די סם המות; גאנץ ספר משלי איז געשריבן אויף די סכנה, ווי מען קען אלעס פארלירן.


איך האב געוואוסט אז דו האסט די זאכן, און דו קוקסט וכו' וכו', דאס האב איך געזען אויף דיין פנים, און דאס זע איך אויף אלע אינגעלייט נעבעך, די וואס קוקן דרשות של דופי, (פאדקעסטס פון מינות וכפירה, דרשות פון חקירות) – זעט מען אויף זייער פנים...


דאס איז נישט עפעס העכערס, דאס איז נישט רוח הקודש, דאס זאגט דער רבי (חיי מוהר"ן, סימן תט): "יְּכוֹלִין לְהַכִּיר בְּהַפָּנִים..." מען קען זען אויפן פנים פון דער וואס קוקט נעבעך אין ספרי מינות, און לעצטנס איז דיר דיין פנים צוריק מסודר, האסט צוריק דיין צלם אלקים.


זיי מתקן דאס אלעס מיט זאגן ח"י פרקים משניות, משניות איז מזכך ומטהר את הנפש; "המאור שבה", די ליכטיגע תורה וועט דיר צוריק ליכטיג מאכן און דיך מתקן זיין.

#214 - עס וועט דיר בעסער ווערן
רפואה, משניות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געשריבן ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל אז דו האסט שרעקליכע יסורים, איך האב אסאך געבעטן פאר דיר, איך האב דערמאנט אלע גוטע זאכן וואס דו האסט געטון פאר אונזערע מוסדות און קהילה; איך ווארט צו הערן אז דו שפירסט זיך שוין גוט, די ווייטאג איז אוועק.


שטארק זיך, פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט מאכן ניסים, עס וועט דיר בעסער ווערן און ברייטער ווערן, נאר חס ושלום נישט פרעגן קיין קשיות אויף די אמונה, נאר בעטן ברחמים ובתחנונים.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות און זאג די "יום תהלים", דאס זאל זיין פאר אלע אנדערע שיעורים, ווייל משניות און תהלים איז פאר די נשמה.

#213 - רעדן איידל, רעדן שיין, נישט שעלטן
חינוך הילדים, משניות, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי ג, לג): "מְאֵרַת ה' בְּבֵית רָשָׁע", א קללה פונעם אייבערשטן איז אין הויז פונעם רשע, "וּנְוֵה צַדִּיקִים יְבָרֵךְ", און די וואוינונג פונעם צדיק איז געבענטשט.


אפשר לומר, ביים רשע אין שטוב שעלט מען, יעדע ווארט איז נאך א קללה, ווען עפעס גייט נישט גוט הייבט מען אן שעלטן, מה שאין כן "וּנְוֵה צַדִּיקִים", אין שטוב פון צדיק – "יְבָרֵךְ", הערט מען נאר ברכות; אפילו ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי מען וויל – שעלט מען נישט, נאר מען בענטשט, מען איז מצדיק את הדין, מען זאגט 'דער אייבערשטער טוט נאר גוטס', אלעס איז נאר ברכות.


דאס דארף מען אריינלייגן אין די קינדער פון קליינווייז אן, זיי זאלן רעדן איידל, רעדן שיין, נישט שעלטן, נישט רעדן מיאוס'ע ווערטער, און ווען עפעס גייט נישט אזוי ווי מען וויל – זאל מען געדענקען אז דער אייבערשטער פירט אלעס, דער אייבערשטער מאכט אלעס, והבן למעשה.


זע צו זאגן אכצן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיך משנה זיין אינגאנצן און עס וועט ריין מאכן דיין נשמ"ה, אותיות משנ"ה.

#212 - מען דארף מיך יא, אדער מען דארף מיך נישט?
משניות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע מעסעדזשעס.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות, קיינער איז נישט ברוגז אויף דיר, קיינער האט נישט אויף דיר, אנשי שלומינו זענען טייערע מענטשן. לדעתי רודפ'סטו זיך אליין, דו לויפסט אוועק פון דיין אייגענע שאטן. איך האב דיר געוואלט ווינטשן הושענא רבה, איך האב דיך געזוכט א גאנץ חודש תשרי, א שאד דו קומסט מער נישט צווישן די טייערע חבורה.


הייב אן צוריק לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר געבן שטארקייט, דאס וועט ארויסנעמען די חכמות המדומות. איך זאג דיר נישט סתם זאכן, איך זאג דיר וואס איך האב געזען אלע יארן אין היכל הקודש; די וואס האבן געטון למעשה, געלערנט שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש ואגדה וספרי רבינו, און זיך מתבודד געווען, און עוסק געווען אין פארשפרייטן דעם רבי'ן אין די וועלט - די האבן זיך פעסט געהאלטן.


איך האב דיך ליב, איך בעט פאר דיר יעדן טאג, איך שוין דיך, א שאד די חכמות דיינע פון מאכן חשבונות אויף חשבונות אויב מען דארף דיך יא אדער נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#211 - די גאלדענע ווינטער נעכט
חברים, שלום בית, משניות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט שוין צוריק גערוקט די זייגער, עס ווערט פרי נאכט, מען קען זיך לייגן פרי שלאפן און אויפשטיין פרי, אויסניצן די צייט; דער הייליגער רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן אויף די ווינטער נעכט 'די גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן.


גיי נישט ביינאכט מיט חברים, זאלסט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב, דאווען מעריב וואס פריער און בלייב אין שטוב. פאר איינעם איז גרינגער צו לערנען ביינאכט, פאר איינעם איז גרינגער אויפצושטיין לערנען פארטאגס, נישט קיין חילוק, ביידע זענען חשוב, ביידע זענען גוט, נאר בלייב אין שטוב; אדער גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, אדער לערן אין שטוב דיינע שיעורים כסדרן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז א אינגערמאן האט נישט וואס צו זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט, נאר בלייבן אין שטוב לערנען אין שטוב. אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט דיין ווייב זיך זייער פרייען, זי וועט דיך מחשיב זיין, זי וועט דיך ארויפקוקן, דיין שלום בית וועט ווערן גאר גוט.


אפילו פרייטאג צו נאכטס, ווען עס איז איינגעפירט ביי אנדערע פלעצער צו גיין צו טישן וכו' - איז ביי אונז נישט אזוי. מוהרא"ש זאגט, א אינגערמאן האט נישט וואס ארויס צו גיין פרייטאג צו נאכטס, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב, און איך האב שוין כמה פעמים געזאגט אז מען זאל נישט קומען צו מיר פרייטאג צו נאכטס, אינגעלייט בלייבן אין שטוב מיט די ווייב.


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה דורך לערנען אכצן פרקים משניות און ענדיגן יעדן חודש ששה סדרי משנה, מען באקומט א ריינע נשמה, א ריינע מח, מען ווערט ריין פארן אייבערשטן. אין אנהייב וועט דאס זיין שווער, אבער אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש - וועסטו נישט קענען אן דעם, עס וועט זיין ווי עסן פאר דיר, דו וועסט נישט שפירן זאט נאר נאכן גורס זיין ח"י פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.