בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זאגן משניות און גמרא נעמט אוועק אלע פראבלעמען
משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דא עפעס בעסער'ס ווי לערנען די הייליגע תורה; עס היילט אויס דעם מענטש פיזיש און גייסטיש, בפרט מיטן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) מען זאל לערנען אפילו אן פארשטיין, מען זאל זאגן פרקים משניות און בלעטער גמרא - איז דאך ממש א מחי'; דאס לעבן ווערט אזוי גוט און אזוי געשמאק.


זאגן משניות און גמרא נעמט אוועק אלע פראבלעמען; א שאד די וועלט ווייסט נישט פון די זיסע עצה פונעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, אז מען קען לערנען אן פארשטיין, מען קען לערנען דורך זאגן די הייליגע ווערטער, מען קען לערנען אפילו מען פארגעסט. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "וְדַע שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח", אויף יענע וועלט דערמאנט מען די נשמה אלעס וואס זי האט געלערנט און פארגעסן, "גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ", אזוי אויך, אויב מען האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט - "לֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא, יָבִינוּ", וועט מען אויף יענע וועלט זוכה זיין דאס צו פארשטיין, "כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת", ווייל דער עיקר וואס מען לערנט תורה איז פאר די נשמה, "שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה", אז אויף יענע וועלט זאלן די נשמות פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געלערנט אויף די וועלט, "אַשְׁרֵי הַמְבַלֶּה יָמָיו בְּתוֹרָה וַעֲבוֹדָה הַרְבֵּה", וואויל איז דעם מענטש וואס פארברענגט זיינע טעג און יארן מיט תורה און מיט עבודת השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.