בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן
טייערע ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אין מיינע אויגן איז אייער מאן א גוטער מענטש, א ווארעמער, א הארציגער, איך האלט פון אים און איך האב אים ליב; דאס וואס ער פירט זיך אויף אין שטוב וכו' וכו' - דאס קומט נישט פון שלעכטקייט, דאס קומט פון צעבראכנקייט, ווייל עס ציט אים שטענדיג צו זיין אינגאנצן גוט, און אז ער זעט זיך מאכן א פעלער ווערט ער זייער צעבראכן און ער געבט אויף און ער הייבט אן רעדן און זיך אויפפירן פארקערט פון וואס ער איז, פון גרויס יאוש.
איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש די זאך פון מחזק זיין און מחזק זיין נאכאמאל און נאכאמאל אן אויפגעבן, און נאך א זאך האב איך געזען ביי מוהרא"ש, ער האט אלץ געלאזט די בחירה אפן; קיינמאל נישט געצווינגען, ער האט קיינמאל נישט געשטופט דעם מענטש אין א קארנער אז ער מוז טון אזוי און אזוי, און אזוי פרוביר איך אויך צו טון, מחזק זיין פארפעלקער צו לעבן בשלום, זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן, און געדענקען אז דער אייבערשטער האט אונז צאמגעשטעלט, די שידוך איז פונעם אייבערשטן.
איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער ריכטיג, נישט ווערן צעבראכן, נאר ווערן מער שטארק.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.