בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זייטס ווייטער מחזק ... תחי'; זי איז א וואוילע מיידל, זי דארף א גוטע פריינד זאל איר העלפן זיין גוט.
געדענקטס וואס דער הייליגער זוהר זאגט (וירא, קד.): "בְּשַׁעֲתָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִים לֵיהּ לְבַּר נָשׁ", ווען דער אייבערשטער האט ליב א מענטש, "מְשַׁדֵּר לֵיהּ דּוֹרוֹנָא", שיקט ער אים א מתנה, "וּמַאן אִיהוּ" און וואס פאר א מתנה שיקט אים דער אייבערשטער? "מִסְּכֵּנָא" - אן ארעמאן, "בְּגִין דְּיִזְכֵּי בֵּיהּ", אז ער זאל טון מיט אים צדקה, וואס דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו אלע גרויסע זאכן; עס איז נישט דא נאך אזא ארעמאן ווי א בחור אדער א מיידל וואס האט נישט צו וועם צו רעדן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מא.): "אֵין עֳנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארעמאן? דער וואס האט נישט קיין שכל.
אז א מיידל קומט קלאפן אויף אייער טיר, אדער א מיידל רופט אייך אויפ'ן טעלעפאן אז זי וויל חיזוק - דארף דאס זיין פאר אייך א שמחה אז דער אייבערשטער האט אייך געשיקט א מעסעדזש פון הימל אז ער האט אייך ליב, ער האט אייך געברענגט א צעבראכענעם מענטש וועם צו מחזק זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.