בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#356 - זיך פארהערט הלכות בשר בחלב
צדקה, הלכה, לערנען, תורה

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד האברך היקר לי מאוד הרב ... שליט"א


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געלערנט פלייסיג הלכות בשר בחלב און זיך פארהערט ביי חשוב'ע רבנים און גאר גוט געקענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין און ווייטער ממשיך זיין צו לערנען פלייסיג הלכות תערובות, מליחה און טרפות, און ענדיגן יורה דעה חלק א, דאס גוט קענען, ללמוד וללמד לשמור ולעשות, אמן.


לכבוד יום טוב שיק איך דיר טויזנט דאלער, איך וויל האבן א חלק אין דיין לערנען תורה.

#355 - מיט'ן העלפן די מוסדות און קהלה, פארדינט מען נאר
צדקה, מוסדות, קהילה, ניסים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בין דיר זייער דאנקבאר אויף דעם וואס דו האסט מיר צוריק געשיקט די שטר הלוואה פון הונדערט טויזנט דאלער, אז דו ביסט מוחל די הלוואה, דו ווילסט נישט צוריק נעמען די געלט; דו זאגסט אז דו מאכסט א קל וחומר, מה דאך נאר ביים בארגן געלט צו בויען די מוסד און די קהילה – האסטו געזען אזעלכע אפענע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, איז דאך זיכער אז ביים געבן די סכום – וועסטו נאר פארדינען.


טאקע אזוי, דו וועסט נאר פארדינען. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קנ): "ביי וועם איך נעם געב איך"; דו וועסט זיכער זען ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר און מיט דיין משפחה.

#354 - פון הימל האט מען דיר אהינגעשיקט צו מאכן הפצה
הפצה, צדקה, פרנסה, מוהרא"ש, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, לינדען ניו דזשערזי


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך שטארקן אין הפצה – פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, און אז מן השמים ביסטו אנגעקומען אין די נייע אידישע ערליכע ישוב אין לינדען – דארפסטו זארגן אז אין אלע שולן זאל מען זיך קענען מחי' זיין מיט די גליונות, עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן.


אויך זאלסטו גיין ביי די שטיבער געבן די קונטרסים און ספרים, מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, מבשרי אחזה אלוק, געב א קוק אויף זיך, מה דאך מיט אזויפיל חיזוק וואס מיר האבן פון רבי'ן זענען מיר נאך אזוי צעבראכן, מען דארף זיך דראפען אויף גראדע ווענט צו אנגיין מיט דאס ביסל עבודת ה', איז וואס איז ביי אנדערע וואס האבן נאכנישט זוכה געווען טועם צו זיין פון הייליגן רבי'ן, זיי ווארטן אזוי שטארק אויף אביסל חיזוק, און ווען מען קומט צו זייערע טירן מיט חיזוק פון רבי'ן – ווערט זיי ליכטיג און זיי געבן צדקה מיט א ברייטע הארץ, און אזוי וועסטו ארויסגיין פון דיינע גרויסע חובות; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק א, סימן לג): "בִּזְכוּת הַצַּדִּיק תַּלְמִידָיו מִתְפַּרְנְסִים", בזכות פון צדיק האבן די תלמידים פרנסה; מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דורך מפיץ זיין דעם צדיק'ס תורות, דעם צדיק'ס חיזוק – קומט שפע; דארפסט זיך דאס אליינ'ס איבערצייגן, דו וועסט אליינס ארויסגיין פון התפעלות; איינער וועט דיר געבן הונדערט דאלער, א צווייטער וועט דיר געבן דריי הונדערט זעכציג; דו וועסט אהיים ברענגען שפע.


רק שטארק זיך, דער אייבערשטער וועט דיך נישט פארלאזן.

#353 - בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות
צדקה, הכרת הטוב, ספר תורה, שול, גבאים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איינער האט מיר דערציילט אז דו ביסט געווארן אנגעווייטאגט וכו', און דו האסט מחליט געווען מער נישט צו שטיצן די שול מיט קויפן עליות און נעמען זכותים.


ליבער ברודער, איך וועל רעדן מיט די גבאים זיי זאלן דיך מפייס זיין, איך האלט אויך אז זיי האבן געמאכט א טעות, ווייל מען דארף זיך רעכענען מיט בעלי שמחות, זיי געבן עליות בעת שמחתם, בפרט די וואס העלפן א גאנץ יאר די שול מיט געבן געלט פאר די שול וכו'.


אבער איך וויל דא צוקומען צו עפעס מער טיפער, לו יצויר אז די גבאים וועלן ווייטער האלטן אז מען דארף קויפן עליות אפילו ווען מען מאכט א שמחה, און דו שפירסט ווי זיי גייען קאפ אין וואנט, דארף מען נאכאלץ העלפן די שול, ווייל די שול איז דעם רבינ'ס שול, און די נדרים ונדבות גייט נישט פאר די גבאים, דאס גייט פארן שול; מען דארף בלייבן ביים רבי'ן.


איך האלט אויך אז ווען איינער העלפט די שול דארף מען אים אוועק געבן די עליות, איך האב געמאכט א הכנסת ספר תורה, איך האב געזאגט פאר די גבאים, איך ברענג פארן שול א ספר תורה פון קרוב צו צוויי הונדערט טויזנט דאלער, און מיין שווער שליט"א, מיין שוואגער דער סופר, מיט נאך משפחה קומען אויף שבת צו די הכנסת ספר תורה; איך וויל זיי מכבד זיין מיט עליות, איז ריכטיג מען זאל מיר אוועק געבן די עליות וכו'.


איך זע איין זאך, אז עס איז נישט קיין גרינגע זאך צו בלייבן ביים רבי'ן מיט הארץ, מיט געפיל, אן קיין חשבונות מיט דעם און מיט יענעם, און מיט הכרת הטוב פאר אלע וואס טוען און העלפן.


איך בין דיר זייער מכיר טובה.

#352 - די שיינע סומע צדקה, וועט דיר ביישטיין ביים יום הדין
צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ר' ... נרו יאיר


איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע סכום צדקה פון פינף און צוואנציג טויזנט דאלער וואס דו האסט געגעבן פאר די ישיבה.


יעצט ווען עס קומט דער גרויסער יום הדין, ווען מען גייט יעדן משפט'ן – זאל דיר זיין פאר א זכות די צדקה וואס דו האסט געגעבן פאר די ישיבה, און דו זאלסט זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, א זיס ליכטיג יאר, פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה.


אויך זאלסטו וויסן אז הבחור ... נרו יאיר איז זייער מצליח, ער לערנט, ער דאווענט, און האט גוטע מידות, און דאס איז אלעס דיין זכות מיט דיין חבר ר' ... נרו יאיר, און דאס איז פשוט כמשמעו: "המציל נפש אחת מישראל, כאילו קיים עולם מלא".


א גוט געבענטשט יאר.

#351 - א שנה טובה ומבורכת, אין זכות פון העלפן די ישיבה
התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ר' ... נרו יאיר


איך וויל זיך באדאנקען פאר די שיינע סכום צדקה וואס דו האסט געגעבן פאר די ישיבה, די חשוב'ע סכום פון פינף און צוואנציג טויזנט דאלער.


איך בין זיכער אז די זכות פון העלפן די ישיבה וואס העלפט אזויפיל בחורים – וועסטו זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת, דו וועסט האבן א גוט געבענטשט יאר, דו מיט דיין גאנצע משפחה, און אויך בזכות וואס דו העלפסט ... נרו יאיר.


איך ווייס נישט אויב דו זעסט די גרויסע שנוי אויף אים, ער לערנט פלייסיג, ער פירט זיך מיט גוטע מידות, און ער איז פרייליך, איך האב אים זייער ליב; זיין הארץ, זיין תמימות; דאס איז דיין זכות, מיט דיין חבר ... נרו יאיר; דאס וועט מען לייגן אויפן וואגשאל, און דו וועסט האבן א גוטע יאר.

#350 - עס האט מיר אויסגעשעפט מיינע אלע כוחות
חינוך הילדים, הפצה, צדקה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


איך בעט איבער אז איך האב נישט געקענט נעכטן רעדן מיט ענק, איך האב נעכטן געהאט א שווערע טאג, מען האט מיך גערופן פון אינגל קעמפ אז מען האט געזען א קינד אריינלויפן אין וואלד און מען זוכט אים שוין אפאר שעה און מען ווייסט גארנישט פון אים.


איך בין געווען זייער באזארגט פון נאך שחרית ביז שפעט נאכמיטאג, איך האב זייער געוויינט צום אייבערשטן, איך האב געגעבן פינף הונדערט דאלער צו דרוקן דעם ספר אשר בנחל, איך האב געזאגט תהלים מיט גרויס געוויין, אויך האב איך זיך געווארפן אויף דער ערד מיט תפילה און תשובה צום אייבערשטן, און ברוך השם מען האט געטראפן דעם קינד, און אויך נאכדעם האב איך נישט געקענט אויפנעמען מענטשן, איך בין געווען אויסגעשעפט מיינע אלע כוחות.

#349 - העלפן דרוקן די ספרים, די גרעסטע זכות פאר'ן יום הדין
התחזקות, הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


...


דאס וואס דו העלפסט דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, דאס איז די גרעסטע זכות פארן יום הדין, און ווען מען וועט משפט'ן ראש השנה און יום הכיפורים, מען וועט לייגן אלעס אויפן וואגשאל, וועט מען לייגן ביי דיר אויך אלע מצוות ומעשים טובים פון די צענדליגער טויזנטער אידן וואס ווערן נתעורר לתשובה פון די ספרים, און דו וועסט זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה, מיט דיין גאנצע משפחה.

#348 - די לעצטע הכנות צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה
צדקה, מוסדות, אומאן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיך באדאנקען, און אויך אלע אנשי שלומינו - פארן העלפן קאמפיינען. איך בין זייער איבערגענומען פון אנשי שלומינו, ווי אלע האבן געהאלפן ברענגען צדקה פאר די קהילה און מוסד, מען האט די יאר געשפירט ווי אלע מיינען עס פערזענליך, מען טוט נישט אבי יוצא צו זיין, מען זעט אויף די סכום וואס אנשי שלומינו האבן אריינגעברענגט, קרוב צו א מיליאן מיט א האלב, און דאס מערסטע פון די סכום איז פון קליינע נדבות, און ברוך השם איך האב שוין באצאלט די וועם איך דארף באצאלן, און איך בענטש דיר מיט הצלחה, און איך בין זיכער אז די אלע מענטשן וועם דו האסט גערופן בעטן נדבות פאר די מוסד, און אויך די אלע שולן און קאנטריס וואו דו ביסט געגאנגען נאך געלט - דאס וועט דיר צוניץ קומען ביים יום הדין, און אויך ווען מיר וועלן צוריק גיין צום אייבערשטן און מען וועט אונז משפט'ן וועט דאס דיר העלפן.


מען דארף שוין מאכן די לעצטע הכנות צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט נישט ווערן דערשראקן פון דיינע מניעות, מניעות האט יעדער איינער, שפרינג אריבער אויף די מניעות, און אפילו דער צדיק אליינס וועט דיך פארטרייבן - זאלסטו געדענקען וואס רבי נתן האט געזאגט פארן רב - רבי אהרן, ווען ער איז געקומען פרעגן דעם רבי'ן וואס ער זאל טון וועגן קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אז ער קען פארלירן זיין פרנסה אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה; האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען, שפעטער האט אים רבי נתן געפרעגט: "פון אזא רבי גייט מען אוועק? אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן פון אים, וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


גיי אביסל זיך מתבודד זיין, שמועס מיטן אייבערשטן, דערצייל אים דיין הארץ, דערצייל אים דיין ווייטאג; וועסטו זען א גרויסע ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#347 - הכנסת ספר תורה אום שבת קודש
אמונה, התחזקות, צדקה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי אז איך האב געהאט די זכי' צו מקיים זיין די מצוה פון שרייבן א ספר תורה, און די פארגאנגענעם שבת פרשת ראה איז געווען די הכנסת ספר תורה.


מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מיט אפאר שוואגערס זענען געקומען מיטהאלטן די גרויסע שמחה, איך וויל דיר דערציילן אביסל פון די שיינע מעמד. ערב שבת האב איך געענדיגט שרייבן די ספר תורה, די ווערטער לעיני כל ישראל, און שבת אינדערפרי נאך שחרית האבן מיר געטאנצן מיט די תורה, מיר האבן געטאנצן אביסל אין גאס, און אויך אין שול, צום ערשט האב איך מכבד געווען צו טאנצן מיין משפחה, נאכדעם האב איך מכבד געווען דעם מנהל מיט די מלמדים, אויך די כולל אינגעלייט און אויך די גבאים פון שול, שפעטער האט מען געזאגט דעם קאפיטל "לדוד מזמור, לה' הארץ ומלואה" - פסוק בפסוק, און מען האט געליינט אין די נייע ספר, איך האב געמאכט די ברכה שהחיינו ווייל דאס איז ביי מיר זייער א גרויסע שמחה.


איך האב מכבד געווען מיין שווער ביי שלש סעודות צו רעדן דברי תורה, ער האט גערעדט זייער שטארקע חיזוק פון תשובה, ער האט דערמאנט א לשון פון א בריוו פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, ווי ער שרייבט פאר איינעם וואס בעט א דרך תשובה, שרייבט ער דארט א לשון (שאלות ותשובות דברי יואל, סימן לא): "כי מי שאינו מאמין שהקדוש ברוך הוא מוחל למכעיסיו, אפילו שהכעיסו עד אין שיעור", אויב איינער גלייבט נישט אז דער אייבערשטער איז מוחל פאר די וואס זינדיגן, אפילו מען האט געזינדיגט גאר אסאך – "מברך חס ושלום בכל יום ברכה לבטלה, 'חנון המרבה לסלוח'", מאכט ער יעדן טאג א ברכה לבטלה.


מיין שווער שליט"א האט אויך דערמאנט וואס שטייט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ), פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן, און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס אז עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק, ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוואוסט וואס גייט זיין.


אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...


ער פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.


מוצאי שבת איז געווען א מלוה מלכה אינאיינעם מיט א סעודה לכבוד די הכנסת ספר תורה, מען האט געטאנצן, אויך איז געווען א שטיקל טעות; מען האט געמיינט אז עס איז דא א שבע ברכות, מען האט געזעצט דעם חתן אויבן אן, און אויך ביים בענטשן האט מען אריינגערופן די כלה, און די לעצטע מינוט האט מען זיך געכאפט אז די חתונה איז געווען זונטאג בייטאג, און מען מאכט שוין נישט קיין שבע ברכות.


היינט איז די יארצייט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, די בחורים זענען געפארן קיין קרית יואל מתפלל זיין. איך פאר נישט, איך האב פרובירט צו פארן אפאר יאר צוריק אבער עס ווערט א טומל וכו', איך וועל ווארטן צוויי טעג.


שטארק זיך מיט לימוד התורה, הייב אן לערנען שיעורים כסדרן, עס קומט שוין די וואך חודש אלול, און נאר מיט לערנען תורה קען מען זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#346 - צוויי גוטע קבלות צום נייעם יאר
התחזקות, צדקה, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר די פדיון פון פינף טויזנט דאלער וואס דו האסט מיר געגעבן, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל נמתק ווערן פון דיר און פון דיין משפחה אלע דינים.


שטארק זיך אין לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר, פאר דיין משפחה, און פאר אלעס.


לכבוד דעם נייעם יאר הבא עלינו לטובה זאלסטו זיך פארנעמען צוויי גוטע קבלות, איינס אין סור מרע, עפעס וואס נישט צו טון, למשל נישט רעדן ביים דאווענען, און א קבלה אין עשה טוב, למשל זאגן ערב שבת פאר מנחה שיר השירים, דאס איז א ביישפיל, בבחינת (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד"...


א כתיבה וחתימה טובה.

#345 - ווילסט נישט צוריק נעמען די הונדערט טויזנט דאלער?
התחזקות, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל וויסן וואס איז געבליבן מיט די הונדערט טויזנט דאלער וואס איך האב פון דיר געבארגט פאראיאר זומער, נאכן בארגן האסטו מיר געזאגט אז אויב די יאר וועט זיין הצלחה – ווילסטו נישט צוריק נעמען די הונדערט טויזנט דאלער.


יעצט ווען איך מאך די חשבונות צו באצאלן אלע מיינע הלוואות פון פאראיאר, וויל איך דיר פרעגן וואס טו איך? איז דאס געבליבן הלוואה אדער איז דאס א מתנה? ביטע מיר לאזן וויסן, אדער פאר מיין סעקרעטאר מרדכי אהרן נרו יאיר.


שטארק זיך מיט לימוד התורה, לערן יעדן טאג משניות, גמרא און הלכה.

#344 - ארבעטן פאר די מוסד
הפצה, צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל אננעמען צו זיין סעקרעטערי אין אפיס צו איינקאסירן שכר לימוד, זאג איר אז דאס איז א הייליגע ארבעט, דאס איז נישט קיין שלעכטע ארבעט; שלעכט איז מען ווען מען לאזט לויפן די מוסד, מען מאנט נישט איין שכר לימוד, דעמאלט איז נישטא קיין געלט צו באצאלן די מלמדים, און די מלמדים וועלן זיך צעלויפן און מען וועט חס ושלום דארפן שליסן די מוסד (הי' לא תהי'); זיי איר מחזק אז זיין א שטארקע סעקרעטערי איז די גרעסטע זכות וואס מען קען נאר האבן, ווייל אזוי קען מען צאלן די טייערע מלמדים אין צייט.


הלוואי וואלסטו אויך גענומען עפעס אן ארבעט אינעם מוסד, א שאד די לעבן זאל אריבערגיין מיט ארבעטן ביטער שווער, און אויף דער עלטער געבט מען זיך א כאפ, מען פרעגט זיך: "וואס און ווען און פאר וועם האב איך געארבעט מיינע זיבעציג יאר?" ענדערש ארבעטן אינעם מוסד, בויען תורה, בויען די מלכות דקדושה.


אז דיין ווייב וועט קומען ארבעטן ביי די שכר לימוד דעפארטמענט וועט דאס זיין א גרויסע זכות, און אז זי וועט רעדן שטארק, זי וועט מאנען די געלט וואס קומט אונז – וועט דאס זיין די גרעסטע רחמנות וואס איז דא.

#343 - אין אנהויב גייט די מוסדות אביסל שווער
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


אהרן וועבערמאן נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן אז אנשי שלומינו זענען ווארעם צו העלפן די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, און איך זע שוין אז מען וועט קענען אוועק שטעלן א וועג צו באצאלן די איינגעשטעלטע.


זיי מחזק די חברי הנהלה זיי זאלן נישט ווערן צעפאלן ווען עס איז אריבער צוויי חדשים אן באצאלן, דערצייל זיי ווי מיר האבן דא געלייגט בלוט, א גאנצע יאר זענען מלמדים געזיצן מיט די קינדער אן ווערן באצאלט, איז מה כל הרעש אז יעצט ווען מען האלט ביים אנהייב און עס גייט אריבער צוויי חדשים אן באצאלן זיי זאלן אזוי פארפירן... פרעג אהרן שלעזינגער וואס איז דא צו מאכן אזא געוואלד...


זיי מחזק די הנהלה עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אונז, ווייל נאר אין דעם איז אנגעהאנגען אונזער הצלחה, און האב נישט מורא צו בעטן פון אנשי שלומינו זאלן דיר העלפן שטיצן די מוסדות על טהרת הקודש היכל הקודש בארץ הקודש.


כתיבה וחתימה טובה.

#342 - ותשובה ותפילה וצדקה, נאך פאר ראש השנה
התחזקות, צדקה, תשובה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די וואך איז שבת מברכים אלול, מען בענטשט ראש חודש אלול, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, ראש השנה און יום הכיפורים ביים דאווענען, ביים זאגן: "ונתנה תוקף" – טוען אלע שרייען מיט א שטארקע התעוררות: "ותשובה ותפילה וצדקה, מעבירין את רוע הגזירה", דורך תשובה, דורך תפילה און דורך צדקה – נעמט מען אוועק די שלעכטע גזירות; זאגט מוהרא"ש, אוודאי איז גוט דעמאלט נתעורר צו ווערן, אבער ווער עס האט שכל ווארט נישט אויף ראש השנה און יום הכיפורים, עס זאל זיין א שלעכטע גזירה חס ושלום און דארפן דעמאלט דאס מבטל זיין, דער וואס האט שכל ניצט אויס גאנץ חודש אלול 'תשובה' צו טון, און ער איז עוסק אין 'תפילה', און ער געבט 'צדקה'; ווייל די דריי עבודות זענען מרומז אין די ווארט 'אלול' (קיצור שלחן ערוך סימן קכח, סעיף א), 'תשובה' איז מרומז אינעם פסוק (דברים ל, ו): "ומל ה' אלקיך א'ת ל'בבך ו'את ל'בב זרעך", וואס איז ראשי תיבות 'אלול', חודש אלול איז די צייט פון 'תשובה'; 'תפילה' איז מרומז אינעם פסוק (שיר השירים ו, ג): "א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י", וואס איז ראשי תיבות 'אלול', אין דעם חודש דארף מען עוסק זיין אין תפילה, דאווענען צום אייבערשטן און זאגן תהלים, בעטן פאר א גוט יאר, און בעטן אויסצומעקן אלע עבירות וואס מען האט געטון; און 'צדקה' איז מרומז אינעם פסוק (אסתר ט, כב): "א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים", וואס איז ראשי תיבות אלול, אין דעם חודש דארף מען עוסק זיין אין די מצוה פון געבן צדקה; וואויל איז דעם מענטש וואס ווארט נישט אויף די לעצטע מינוטן, ער ניצט אויס די חודש אלול אזוי ווי עס דארף צו זיין, מיט 'תשובה', 'תפילה' און 'צדקה'; וועט ער זוכה זיין צו 'מעבירין את רוע הגזירה', ער וועט אוועק נעמען אלע גזירות רעות, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


א כתיבה וחתימה טובה.

#341 - מען מוז ברענגען געלט פאר די ווייב און קינדער
שלום בית, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו האסט נישט קיין פרנסה, דו האסט נישט וואס אהיים צו ברענגען - מעגסטו על פי הלכה גיין נאך געלט; אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (יורה דעה, סימן רנג).


מוהרא"ש זאגט, אויב מען וויל נישט 'פושט רגל' זיין (באנקראטירן) - זאל מען 'פושט יד' זיין, זיך נישט שעמען אויסצושטרעקן די האנט בעטן הילף.


פאר זיך קען מען מקיל זיין, און אז מען האט נישט קיין געלט פאר זיך - איז נישט געפערליך, אבער ווען עס קומט צו די ווייב און קינדער - דארט איז נישטא קיין תירוצים: 'איך האב נישט וכו'', דארט מוז מען ברענגען געלט, די הייליגע חכמים זאגן (חולין פד:): "שֶׁהֵן תְּלוּיִין בּוֹ וְהוּא תָּלוּי בְּמִי שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם", די ווייב און קינדער זענען אנגעהאנגען אינעם מאן, אבער דער מאן איז אנגעהאנגען אינעם אייבערשטן.


געדענק דיין התחייבות ביי דיין חופה, האסט אונטערגעשריבן אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיך שפייזן וכו'; דארפסטו דאס מקיים זיין, און אויך קען די גאנצע שלום בית גיין שלאפן, די הייליגע חכמים זאגן (תמורה טז.): "אִשָּׁה כֵּיוָן שֶּׁאֵין לָהּ תְּבוּאָה בְּתוֹךְ בֵּיתָהּ מִיָּד צוֹעֶקֶת", אויב עס איז נישטא קיין עסן אין שטוב הייבט גלייך די ווייב אן צו שרייען; דאס נעמט אוועק די ליבשאפט און דאס איז גורם אז אלעס זאל צעפאלן.


קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין די יערליכע קאמפיין פאר די קהילה און די מוסדות, איך וויל דו זאלסט די יאר נעמען א חלק; נישט אבי יוצא צו זיין, איך וויל עס זאל זיין מיטן גאנצן הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#340 - העלפן מיט די יערליכע קאמפיין
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נעכטן נאכט נאך מעריב בין איך געזיצן ביי א גרופע אינגעלייט וואס גייען אויך די יאר העלפן די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", מיר האבן גערעדט צוויי און א האלב שעה ווי אזוי מיר קענען מאכן אז אלע אנשי שלומינו זאלן טון דאס מערסטע צו שאפן געלט פאר די מוסדות און קהילה.


עס איז מיר געווען אינטערעסאנט אז דו ביסט נישט געקומען, איך האב זיך נאכגעפרעגט אויף דיר.


איך וויל דיך מחזק זיין, די הייליגע חכמים זאגן (עיין במדבר רבה כב, ד): "המתחיל במצוה אומרים לו גמור", די וואס הייבן אן טון – דארפן אסאך חיזוק נישט אפצולאזן, 'אומרים לו', מען דארף אים זאגן: "ברודער לויף נישט אוועק, לאז נישט אפ, 'גמור', ענדיג טון די גוטע זאכן".


וואס מיינסטו, איך קען נישט אנטלויפן? איך קען נישט אפלאזן (חס ושלום)? איך וויל נישט אנטלויפן, איך וויל נישט אפלאזן, דער הייליגער רבי זאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכט): "איך וויל אויספירן און איך וועל ענדיגן".


איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר אויך די יאר און אויך אלע יארן העלפן מיט די קאמפיין, סיי אליינס גיין נאך געלט, און סיי מחזק זיין אנשי שלומינו, אלע זאלן גיין נאך געלט און זיך נישט שעמען פון קיינעם.

#339 - חתונה מאכט די קינדער אן כאפן הארץ אטאקעס
חינוך הילדים, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך דאנק דיך פארן זיין יעצט אין די זומער וואכן מיין זון ...'ס מלמד, מיר – איך און מיין ווייב – האבן זייער אסאך הכרת הטוב פאר דיר, איך פרעג יעדן טאג מיין זון ער זאל מיר דערציילן פון חדר, ער דערציילט מיר אזעלכע שיינע זאכן... געבענטשט זאלסטו זיין.


אויך דאנק איך דיר פארן אראפנעמען פון מיר דעם עול פון העלפן אנשי שלומינו חתונה מאכן בחנם דא אין שטעטל, דאס איז פון די חשוב'סטע זאכן ביי אונז אין די קהילה, אז אנשי שלומינו זאלן קענען אויסלעבן די יארן, חתונה מאכט די קינדער אן כאפן הארץ אטאקעס און קראנק ווערן פון ווערן בעלי חובות, כידוע וואס טוט זיך אפ אין אנדערע מקומות, מען קען נישט מאכן שמחות מיט שמחה, מען קומט צו די קינדער'ס חתונות מיט שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער חובות.


אויך מאך איך זיך די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר קאמפיינס, האסטו מיר געהאלפן שאפן צדקה געלט אלעס אינאיינעם געברענגט די סכום פון ניין טויזנט פונף הונדערט און איין און זעכציג טויזנט דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן שאפן געלט און גיין נאך געלט פאר די צוועק.

#338 - שטארק זיך באמונה שלמה אז דו האסט אויך א שידוך
אמונה, צדקה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות, אפילו עס איז דיר ביטער שווער, שוין אזוי לאנג וואס דו דארפסט א שידוך, שוין אזויפיל יאר וואס דו ביסט אליין, און עס גייט איבער וואס גייט איבער; דאך זאלסטו זיך שטארקן באמונה שלמה אז דו האסט אויך א שידוך, און ישועת ה' כהרף עין.


איך בין דיך זייער דאנקבאר, ווייל איך בין איבערגעגאנגען די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר וואס מיר מאכן די קאמפיין, אינאיינעם האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה א חשבון פון איבער הונדערט און צען טויזנט דאלער, און איך האף אז אויך די יאר וואסטו מיר העלפן גיין נאך געלט.


קומענדיגע וואך דינסטאג, מיטוואך און דאנערשטאג פרשת ראה – וועט אם ירצה ה' זיין די יערליכע קאמפיין פון 'אנשי חיל'; איך בעט דיר זייער, העלף מיר ארויסגיין פון מיינע חובות, די חובות זענען נישט מיינע, דאס בארג איך פאר ענק, צו בויען די קהילה און די מוסדות פאר די דורות הבאים.


הייב אן זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, און זיי מסיים יעדע וואך ספר תהלים, און פלעכט אריין דיינע אייגענע לויב ווערטער און תפילות ובקשות פאר א גוטע שידוך מיט געזונטע דורות.

#337 - אנהייבן דעם טאג מיט לערנען גמרא און אביסל חיזוק
התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בענק זיך צו פאריאר זומער ווען דו פלעגסט קומען אינדערפרי צום גמרא שיעור, הלוואי זאלסטו קומען אינדערפרי אנהייבן דעם טאג מיט לערנען גמרא און אביסל חיזוק פון רבינ'ס עצות.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך גיי איבער די חשבונות, איך זע אז די לעצטע דריי יאר האסטו קאמפיינט און געברענגט צדקה געלט פאר די קהילה די חשבון פון אכט טויזנט דריי הונדערט איין און זיבעציג דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך האף אז אויך די יאר וועסטו מיר העלפן קאמפיינען, מיך ארויסנעמען פון מיינע חובות, די חובות זענען נישט מיינע, דאס זענען פון די קהילה און די מוסדות.

#336 - זיך אנשליסן צו קאמפיינען פאר די קהילה און מוסדות
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


בני הרב ... שליט"א


איך האב גרויס נחת פון דיר און פון דיין איידעלע ווייב מיט דיינע זיסע ליכטיגע קינדער.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך די יערליכע קאמפיין פון "אנשי חיל", איך מאך די חשבונות פון די אלע קאמפיינס אינאיינעם, האסטו מיר געהאלפן ברענגען צדקה פאר די קהילה און מוסדות אכט טויזנט פיר הונדערט און ניין דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר און איך בעט דיר, אויך די יאר זאלסטו זיך אנשליסן צו קאמפיינען און גיין נאך געלט פאר די קהילה און מוסדות.


אויך זאלסטו ממשיך זיין א גאנץ יאר מיט דיין פריוואטע צדקה קאסע צו העלפן משפחות הנצרכים אין די קהילה, בפרט תלמידי חכמים הלומדים מתוך הדחק.

#335 - וואס דארפסטו אן אפיס אן ברכות?
צניעות, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אויף דיין פראגע וכו'; די הייליגע תורה זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דארט וואו עס איז דא ערוה – 'וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ', גייט די שכינה אוועק; איז דאך נישטא קיין ברכה און קיין הצלחה, איז אפילו די ווייבל איז א גוטע ארבעטער, אבער אז זי קומט אויסגעטון ה' ישמרינו, זי קומט מיט בגדי פריצות – איז דארט נישטא קיין ברכה, איז וואס דארפסטו אן אפיס אן ברכות; איז זיכער איר זאגן שיינערהייט אז זי קען ווייטער בלייבן, אבער זי דארף קומען אנגעטון איידל. דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלט מצליח זיין, סיי איר משכנע זיין צו גיין איידל, און סיי עס זאל זיין גרויס שפע.


אם ירצה ה' קומענדיגע וואך מאך איך א קאמפיין אז די גאנצע קהילה זאל גיין נאך געלט פאר די קהילה, איך מאך די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר, אלע קאמפיינס אינאיינעם האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה איין און צוואנציג טויזנט ניין הונדערט און צוועלעף דאלער, איך האף אז די יאר וועסטו מיר העלפן, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.

#334 - עודך א קאמפיין
הפצה, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בין זייער צופרידן פון דיינע בחורים, איך האב זיי זייער ליב, איך זע ווי זיי ווערן מער און מער ליכטיג בתורה ויראת שמים; געב זיי איבער, זאלן זיי וויסן אז איך האב זיי ליב.


איך וויל בעטן די יאר, קומענדיגע וואך, מאך איך עודך א קאמפיין, איך ווייס אז אנשי שלומינו האבן שוין נישט קיין כח און געדולד פאר דעם, אבער איך האב נישט קיין ברירות, איך האב געמאכט חובות פאר די קהילה און מוסדות, און איך דארף דאס באצאלן.


איך זע אז די פריערדיגע יארן, דורכאויס די אכט קאמפיינס וואס איז געווען, האסטו געברענגט צדקה געלט די שיינע סכום פון צוואנציג טויזנט אכט הונדערט צוויי און אכציג דאלער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, און איך בעט דיר אויך די יאר זאלסטו מיר העלפן.

#333 - שעם זיך נישט פון קיינעם, בעט פון יעדן צדקה פאר'ן קאמפיין
הפצה, צדקה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט שטארק מיט דיין גוטע גדר נישט אריינצונעמען אין שטוב די סמארטפאון און טעבלעט, איך פריי זיך אז מיין ארבעט פון מחזק זיין אזויפיל יארן – גייט נישט לאיבוד, און ביים סוף נעמט מען אן אז א אידישע שטוב גייט נישט מיט א טעלעפאן.


קומענדיגע וואך מאך איך דעם יערליכן דרייוו אז אלע מיינע תלמידים זאלן גיין נאך געלט, איך קוק איבער די חשבונות פון די פריערדיגע קאמפיינס, זע איך אז די פריערדיגע זיבן קאמפיינס האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה א חשבון פון צוויי הונדערט זעקס און דרייסיג, פינף הונדערט און דריי טויזנט דאלער, נאר פון גיין נאך געלט ביי די קאמפיין, אויסער וואס דו העלפסט די מוסדות א גאנץ יאר.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מיך די יאר אויך העלפן גיין נאך געלט, שעם זיך נישט פון קיינעם, בעט פון יעדן איינעם, און זיי מחזק דיינע חברים תלמידי הישיבה זיי זאלן זיך אלע אנשטרענגען די איין מאל אין יאר פאר מיר און פאר זיי.


בלייב שטארק מיטן נישט אריינברענגען אין שטוב די טעלעפאן, טעבלעט וכדומה, אזוי וועסטו האבן א הייליגע שטוב, הייליגע דורות.

#332 - רעד נישט ביים דאווענען, וועסטו ארויסגיין מיט גרויסע רווחים
צדקה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אז דו וועסט נישט רעדן ביים דאווענען, דו וועסט מכבד זיין די שול – וועסטו ארויסגיין פון די פלאנטער אין וואס דו ביסט אריינגעפאלן וכו'; נישט נאר דו וועסט נישט האבן קיין שאדן, נאר דו וועסט נאך ארויס גיין מיט גרויסע רווחים, נאר בתנאי אז דו ביסט מקבל מער נישט צו רעדן אין שול.


קומענדיגע וואך וועט אם ירצה ה' זיין די יערליכן קאמפיין פון 'אנשי חיל', איך גיי מיר איבער די חשבונות פון די לעצטע אכט יאר, זע איך אז פון אלע קאמפיינס אינאיינעם האסטו מיר געהאלפן ברענגען פאר די קהילה א חשבון פון פופציג טויזנט דאלער, דאס איז נאר פון גיין נאך געלט ביי די קאמפיינס, אויס וואס דו האסט מיר נאך גאר אסאך געהאלפן במשך אלע יארן, און איך האף אז דו וועסט מיר אויך די יאר העלפן מיט גיין נאך געלט, מיך ארויסנעמען פון די חובות וואס איך האב זיך אנגעמאכט נאר פאר אנשי שלומינו, און אויך רעדן צו אנשי שלומינו זיי זאלן נישט חוזק מאכן פון די קאמפיין, איך נעם עס זייער פערזענליך.


נאכאמאל, אז דו וועסט מקבל זיין נישט צו רעדן אין שול, און נישט זיצן ביי די טיש וואו מען שמועסט און מען קופקעט – וועסטו זען א גרויסע ישועה.