בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זייט ווייטער ממשיך מיט די וועגן פון מוהרא"ש אין יבנאל
חיזוק פאר פרויען, יבנאל, תהלים, שערן די האר, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א נחת רוח איר האט גורם געווען פאר'ן אייבערשטן מיט דעם וואס איר האט זיך אפגעשוירן אייער האר, איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס איר האט געטון פאר אייך און פאר אייערע דורות; איר וועט האבן הייליגע דורות, ליכטיגע דורות, קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן.


מוהרא"ש וועט זיין פאר אייך א מליץ יושר, ווייל מוהרא"ש האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען אריין צו ברענגען קדושה אין אידישע קינדער; ער האט אויפגעשטעלט די ברסלב'ע שטאט יבנאל מיט אזויפיל מי און פלאג, און אלץ געבעטן די פרויען זאלן זיך אפשערן, מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען פאר אונז אין אמעריקע: "איך האב א שטאט פון טייערע ספרד'ישע משפחות וואס אלע שערן זיך אפ די האר".


מיין זיידע, דער קארלסבורגער רב שליט"א איז געווען אמאל אין יבנאל, ער האט געוויינט פון התרגשות צו זען א שטאט פון טייערע ליבע ספרד'ישע משפחות וואס פירן זיך בקדושה ובטהרה.


יעצט אז איר זענט ממשיך די וועג פון מוהרא"ש, איר גייט נישט מיט די נייע ווינטן וואס בלאזן השם ישמרינו, איר זענט פעלזן פעסט מיט אייער צניעות, איר שעמט זיך נישט פון קיינעם - וועט אייך מוהרא"ש זיכער מכיר טוב זיין, איר וועט האבן נאר גוטס.


ווען איר האט צייט זאלט איר זאגן אביסל תהילים; בשעת איר זאגט די קאפיטלעך זאלט איר אריינלייגן אייערע אייגענע תפילות ובקשות, וועט איר זיין נאנט צום אייבערשטן.


געט איבער א גרוס פאר אייער טאטע שליט"א, זאגט אים אז איך האב ליב און איך בין זיך מחי' מיט זיינע חידושי תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א ליכטיגן חנוכה.