בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זייט מיר מוחל אויף דעם וואס איך האב אייך וויי געטון
רענט, איבערבעטן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך דאנק אייך פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלן ענק מצליח זיין אין אלע ענינים.


איך טראכט זייער אסאך אז איך בין שולדיג אין דעם אז איר זענט געווארן וויי געטון פון מיר יארן צוריק, און זייט דעמאלט האט איר א שווער הארץ אויף מיר. איך האב אייך דעמאלט געשריבן א בריוו אז איך בעט פון אייך מחילה; יעצט נאכדעם וואס עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר און איך הער נישט פון אייך וויל איך אייך נאכאמאל בעטן: "זייט מיר מוחל אויף דעם וואס איך האב אייך וויי געטון און זייט מיר דן לכף זכות".


איך בעט פאר אייך און פאר אייער מאן יעדן טאג אז איר זאלט מצליח זיין און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


איך זיץ יעצט אינעם עראפלאן אויפן וועג צוריק פון א נסיעה ביי מקומות הקדושים אין אומאן און אין ארץ ישראל; איך האב אסאך געבעטן פאר אייך און פאר אייער מאן ביים ציון פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט דאך אזויפיל גערעדט מיט אייך און זיך געפארעט מיט אייך איר זאלט האבן א שיין לעבן.


איר האט זייער פיל טאלאנטן, און אז איר וועט זיך האלטן מיט אנשי שלומינו וועט איר קענען העלפן אן א שיעור אידישע קינדער.


פון איין זייט טראכט איך: 'וואס האב איך צו שרייבן? איר זענט דאך שוין אנגעווייטאגט אויף מיר, עס וועט נישט נוצן', אבער איך גלייב אין די ווערטער וואס שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַּךְ", ווייכע רייד, "יָשִׁיב חֵמָה", נעמט אוועק צארן און ווייטאג.


נעמט אן מיינע ווערטער וואס קומען ארויס פון מיין הארץ.


...